ס’איז זיכער ניט קיין צופֿאַל, וואָס דער העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים און דער ייִוואָ אין ווילנע, זײַנען ביידע געגרינדעט געוואָרן אין 1925. אין דעם זעלבן יאָר האָט זיך אַרויסגעוויזן די אינטעלעקטועלע צײַטיקייט פֿון די ביידע ייִדישע נאַציאָנאַלע באַוועגונגען — די ציוניסטישע אויף העברעיִש און די אויטאָנאָמיסטישע אויף ייִדיש.
די צוויי באַוועגונגען זײַנען אָבער אויך דעמאָלט ניט געשטאַנען אויף דער זעלביקער הייך: דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט האָט מען אַוודאי פּלאַנירט אויף אַ סך אַ גרעסערן פֿאָרמאַט ווי דעם ייִוואָ, וואָס איז בעצם געווען אַ שפּראַך־אַקאַדעמיע און אַ פֿאָרשונג־אינטיסטוט. די ערשטע יאָרן האָט דער ייִוואָ אַפֿילו ניט געהאַט קיין אייגענעם בנין, און מיט דער צײַט איז די אומגלײַכהייט געוואָרן גרעסער. אין דעם דריקט זיך אויס אין אַ געוויסער מאָס דער גורל פֿון די צוויי באַוועגונגען און פֿון די צוויי שפּראַכן.
אַ באַקאַנטער קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין די ערשטע יאָרן איז די נעגאַטיווע באַציִונג צו ייִדיש. אין 1927 האָט דוד שאַפּיראָ, דער אַרויסגעבער פֿונעם ניו־יאָרקער “טאָג”, זיך אָנגעבאָטן צו שאַפֿן 50,000$ פֿאַר אַ ייִדיש־קאַטעדרע אין ירושלים, און געגעבן 10,000$ פֿון דער אייגענער קעשענע. דער פּרעזידענט פֿונעם אוניווערסיטעט, יהודה־לייב מאַגנעס, האָט מסכּים געווען, דערקלערנדיק אָבער, אַז די לערנשפּראַך פֿון דער קאַטעדרע וועט זײַן העברעיִש.
פֿון דעסטוועגן, האָט זיך גלײַך אָנגעהויבן אַ קאַמפּאַניע קעגן דער קאַטעדרע, סײַ צווישן די פּראָפֿעסאָרן (געפֿירט פֿונעם ציוניסטישן היסטאָריקער יוסף קלויזנער, דער פֿעטער פֿונעם שרײַבער עמוס עוז), סײַ אויף דער גאַס. פֿלוגבלעטער און פּלאַקאַטן האָבן גערופֿן די קאַטעדרע אַן “עבֿודה־זרה” פֿון “זשאַרגאָן”. אַקטיוויסטן פֿונעם אַ”ג “באַטאַליאָן פֿון פֿאַרטיידיקער פֿון דער שפּראַך” (גדוד מגיני השפה) האָבן געסטראַשעט מיט גוואַלד־מעשׂים און פּראָטעסטירט פֿאַרן הויז פֿון פּרעזידענט מאַגנעס. צום סוף, האָט מען קיין ייִדיש־קאַטעדרע דאָרט ניט געשאַפֿן ביז מיט צענדליקער יאָרן שפּעטער.
די דאָזיקע אָנגעצויגענע אַטמאָספֿער דאַרף מען האַלטן אין זינען בײַם לייענען דעם ווײַטערדיקן בריוו פֿון מאַקס ווײַנרײַך צום “אָרגאַניזיר־קאָמיטעט פֿאַר דער פֿײַערונג פֿון דער עפֿענונג פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים”, וואָס ער האָט מסתּמא אָנגעשריבן ניט לאַנג נאָך דער גרינדונג פֿון ייִוואָ, דעם 24סטן מאַרץ 1925. נאָר אַן אָנוואַרף פֿונעם בריוו איז פֿאַראַן אין ווײַנרײַכס אַרכיוו, איז עס ניט קלאָר, צי ער שרײַבט טאַקע אין נאָמען פֿון די ייִוואָ־טוערס.
מיר געפֿינען ניט פֿאַר מעגלעך צו נעמען אַן אָנטייל אין דעם אָרגאַניזיר־קאָמיטעט לויט ווי איר האָט אונדז פֿאָרגעלייגט. אָט זײַנען די טעמים:
1) אַפֿילו ווען דאָס געשעעניש פֿון 1 אַפּריל וואָלט געווען אַזאַ, וואָס רופֿט ניט אַרויס קיין שום חילוקי־דעות אין זײַן אָפּשאַצונג, וואָלט אויך ניט געווען באַרעכטיקט דער גוואַלדיקער טומל, וואָס איז אַרום דעם אויפֿגעהויבן געוואָרן אין דער גאַנצער וועלט דורכן ציוניסטישן פּאַרטיי־אַפּאַראַט. טומל איבער דער מאָס איז אַ סימן פֿון אומקולטור, און בײַם עפֿענען אַ קולטורעלע אינסטיטוציע האָט מען געדאַרפֿט זײַן אײַנגעהאַלטענער.
2) לויט ווי ס׳איז צו זען פֿון באַריכטן אין דער ציוניסטישער פּרעסע גופֿא, איז נאָך דער גאַנצער אוניווערסיטעט אַ הלכתא למשיחא. לעת־עתּה זײַנען פֿאַרטיק געוואָרן בלויז די כעמישע לאַבאָראַטאָריעס און דער אינסטיטוט פֿון ייִדישע וויסנשאַפֿטן, און בלויז דער לעצטער וועט צונעמען סטודענטן. עס איז דעריבער נאָך פֿיל צו פֿרי צו ריידן וועגן אַ היכל פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט, און אַ סך מער איז באַרעכטיקט די השערה, אַז דאָ האַנדלט זיך וועגן אַ מיטל פֿון ציוניסטישער פּראָפּאַגאַנדע, אַלס מאָמענט “וואָס זאָל אָנצינדן התלהבֿות”, ווי ס׳האָט זיך אויסגעדריקט אַ ציוניסטישע צײַטונג (צײַט 3/20).
3) אַפֿילו אין דעם יודאַיִסטישן אינסטיטוט זײַנען די מעגלעכקייטן זייער באַגרענעצט דורך דעם וואָס עס איז אין גאַנצן ניטאָ צווישן זײַנע פֿאָרשונגס־צווײַגן די ייִדישע שפּראַך און איר ליטעראַטור, דער וויכטיקסטער קולטורעלער אָנשפּאַר פֿון 10 מיליאָן ייִדן, און ס׳ווערן אַפֿילו צו די קאַטעדרעס פֿון דער עלטערער קולטור אודזערער ניט צוגעלאָזן קיין כּוחות (ד”ר קלויזנער), בײַ וועלכע ס׳איז פֿאַראַן אַ סכּנה, אַז זיי וועלן דורכברעכן צום גדר פֿון דער […]
דאָ רײַסט זיך איבער דער טעקסט, און ס׳איז טשיקאַווע צו טראַכטן, וואָסערע שבֿחים ווײַנרײַך האָט געוואָלט אָפּגעבן דעם זעלביקן קלויזנערן, וואָס האָט מיט צוויי יאָר שפּעטער ניט דערלאָזן צו שאַפֿן די ייִדיש־קאַטעדרע. ס’איז אויך איראָניש, וואָס ווײַנרײַך מאַכט אַוועק מיט דער האַנט דעם “היכל פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט”, וואָס האָט מיט יאָרן שפּעטער אים פֿאַרבעטן צו ווערן ישׂראלס ערשטער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר.
ווען דער העברעיִשער אוניווערסיטעט האָט, סוף־כּל־סוף, אין די סוף־1940ער יאָרן, באַשלאָסן אײַנצופֿירן די ייִדיש־קאַטעדרע, האָט מען, קודם־כּל, געטראַכט פֿון ווײַנרײַכן. דער אָנגעזעענער ציוניסטישער היסטאָריקער בן־ציון דינור האָט אים אָנגעשריבן אַ בריוו אין נאָמען פֿונעם אוניווערסיטעט — אויף ייִדיש און אויף העברעיִש — אָבער מיטן זעלביקן תּנאַי ווי בײַ מאַגנעסן: אַז די לערנשפּראַך מוז זײַן העברעיִש. ווײַנרײַך האָט אַ לאַנגע צײַט איבערקעלערט, און געפֿרעגט, צי ער וואָלט געמעגט לערנען אויף ייִדיש כאָטש אין די העכערע סעמינאַרן — אַזוי ווי די פּראָפֿעסאָרן פֿון פֿראַנצייזיש און דײַטש לערנען אויף זייערע שפּראַכן. אין דעם פּונקט האָט דינור אים טאַקע נאָכגעגעבן, אָבער אויך געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז ווײַנרײַך זאָל אין מדינת־ישׂראל זיך ניט מישן אינעם אידעאָלאָגיש־פּאָליטישן לעבן.
נאָך אַ האַלב יאָר איבערקלערן האָט ווײַנרײַך באַשלאָסן ניט אָנצונעמען די שטעלע, און דער כּבֿוד איז איבערגעגעבן געוואָרן צו דבֿ סדן, וואָס האָט געהאַט גרויסע פֿאַרדינסטן, סײַ אין דער ייִדיש־פֿאָרשונג, סײַ אין דער ציוניסטישער פּאָליטיק. אין די 1960ער יאָרן איז ער אַפֿילו געוואָרן אַ כּנסת־דעפּוטאַט.
רעטראָספּעקטיוו פֿרעגט זיך, צי ווײַנרײַך האָט ניט געמאַכט אַ טעות, פֿאַרבלײַבנדיק אין ניו־יאָרק. אין די 1960ער און 1970ער יאָרן איז געוואָרן קלאָר, אַז ישׂראל איז דער וויכטיקסטער צענטער פֿאַר ייִדיש, ווײַל ס’רובֿ ייִדיש־רעדערס זײַנען דאָרט געווען מיט אַ דור ייִנגער ווי אין אַמעריקע. אפֿשר ווען אַ מענטש מיט אַ גרעסערער וויזיע וואָלט געשטאַנען בײַם רודער אין ישׂראל, וואָלט מער געוואָרן פֿון דעם דאָזיקן גרויסן פּאָטענציאַל. ניט געקוקט אויף דעם, האָבן הײַיאָר גאַנצע 4 דאָקטאָראַנטן גראַדויִרט פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדיש — מער ווי פֿון אַלע אַנדערע פּראָגראַמען אויף דער וועלט. וואָס וואָלט געווען, ווען דער ייִוואָ זאָל אויך האָבן אַ פּלאַץ אויפֿן הר־הצופֿים?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.