צוויי אַמעריקאַנער רעפּובליקאַנער פּאָליטיקער, וועלכע וועלן, מעגלעך, זיך באַלאָטירן ווי פּרעזידענט־קאַנדידאַטן בעת די קומענדיקע וואַלן אינעם יאָר 2016, זענען אָנגעקומען מיט אַ וויזיט קיין ישׂראל: ריק פּערי, דער גובערנאַטאָר פֿון טעקסאַס, און ברײַען סאַנדאָוואַל פֿון נעוואַדע.
פּערי איז שוין געווען אין ישׂראל אַ סך מאָל. די וואָך, איז ער געקומען, כּדי באַקאַנט צו מאַכן דעם פּלאַן צו שאַפֿן אין נצרת אַ קאַמפּוס פֿונעם טעקסאַסער אוניווערסיטעט „A&M‟. ער האָט זיך אָבער אויך געטראָפֿן מיט אַ צאָל ישׂראלדיקע רעגירונג־פֿירער, אַרײַנגערעכנט דעם פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו. דער גובערנאַטאָר פֿון טעקסאַס איז אָנגעקומען צוזאַמען מיט פֿרעד זײַדמאַן, אַ גרויסער שטיצער פֿון דער רעפּובליקאַנער וואַלן־קאַמפּאַניע, און מעטיו ברוקס, דער דירעקטאָר פֿון דער „ייִדישער רעפּובליקאַנער קאָאַליציע‟.
סאַנדאָוואַל איז צום ערשטן מאָל אין ישׂראל. דער עיקר־צוועק פֿון זײַן וויזיט זענען די ישׂראלדיקע טעכנאָלאָגיעס, וואָס דערמעגלעכן צו אַנטוויקלען אַגריקולטור אין מידבר. דער גובערנאַטאָר פֿון נעוואַדע איז לעצטנס געוואָרן פּאָפּולער צווישן דעם אָרטיקן לאַטײַן־אַמעריקאַנישן ציבור.
דער דערמאָנטער קאַמפּוס פֿון „A&M‟ וועט ווערן דער ערשטער צווײַג פֿון אַן אַמעריקאַנער אוניווערסיטעט אין ישׂראל. מיטוואָך, דעם 23סטן אָקטאָבער, האָבן ריק פּערי און דזשאָן שאַרפּ, דער סיסטעם־קאַנצלער פֿונעם אוניווערסיטעט, געמאַכט זייער פּלאַן באַקאַנט, צוזאַמען מיטן פּרעזידענט שמעון פּערעס און דעם ישׂראלדיקן בילדונג־מיניסטער, שי פּירון. די שטיצע פֿאַרן פּראָיעקט איז געקומען פֿון פּריוואַטע קוואַלן, ווײַל „A&M‟ טאָר נישט אויסנוצן די אַמעריקאַנער מלוכישע פֿאָנדן פֿאַר זײַנע קאַמפּוסן אין אַנדערע לענדער.
ס׳רובֿ תּושבֿים פֿון נצרת, אַ שטאָט אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון ישׂראל מיט אַ 81־טויזנטיקער באַפֿעלקערונג, זענען אַראַבער. די אוניווערסיטעט־פֿאָרשטייער האָבן איבערגעגעבן דער צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟, אַז צווישן די סטודענטן און פּראָפֿעסאָרן וועלן זײַן ייִדן, אַראַבער און אויסלענדער. שאַרפּ האָט געמאָלדן, אַז ער האָט שוין לאַנג געוואָלט עפֿענען אַ פֿיליאַל פֿון „A&M‟ אין ישׂראל; דער קאַנצלער האָט צוגעגעבן, אַז ער האָט זיך אַמאָל געלערנט אינעם אוניווערסיטעט מיט פּערי, און געוווינט צוזאַמען מיט אים אינעם אינטערנאַט־צימער. איינער פֿון די הויפּט־שטיצער פֿונעם נײַעם קאַמפּוס איז דזשאָן הייג, אַן עוואַנגעלישער פּאַסטאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.