אין יאָר 1937 איז אין ענגלאַנד אַרויס אַ בוך, אַ ראָמאַן, וואָס האָט איבערגעלאָזט זייער אַ טיפֿן שפּור אין דער געשיכטע פֿון לאַנד. די רייד גייט וועגן אַרטשיבאַלד דזשאָזעף קראָנינס ראָמאַן „דער ציטאַדעל‟. איך האָב עס געלייענט מיט אַ יאָר פֿערציק צוריק, אָבער פֿאַר מיר איז עס דעמאָלט געווען פּשוט אַ מין פּראַקטישע אַרבעט בײַם לערנען ענגליש. דעם סאָציאַלן באַטײַט פֿון דעם ווערק האָב איך ניט פֿאַרשטאַנען. הײַנט וואָלט איך עס אויפֿגענומען, בלי-ספֿק, אין גאַנצן אַנדערש. קראָנין, אַליין אַ דאָקטער, האָט באַשריבן די קאָרומפּירטע, אומיושרדיקע סיסטעם פֿון מעדיצין, ווי זי האָט אויסגעזען אין גרויס-בריטאַניע פֿון יענער צײַט.
„דער ציטאַדעל‟ איז געוואָרן גוואַלדיק פּאָפּולער. אין 1938 איז אַרויס אַ פֿילם, באַזירט אויפֿן ראָמאַן. די פּאָפּולערקייט פֿון דעם ראָמאַן איז געווען אַזוי גרויס, אַז מיט 65 יאָר צוריק, אין 1948, איז געשאַפֿן געוואָרן די נאַציאָנאַלע געזונט-דינסט (National Health Service), וואָס עקזיסטירט ביזן הײַנטיקן טאָג. דאָס איז פּונקט די סיסטעם, וואָס נאָר דער געדאַנק וועגן איר, וועקט אין מיטן דער נאַכט אויף מיליאָנען אַמעריקאַנער, באַגאָסן מיט שווייס. כּדי זיך צו באַפֿרײַען פֿון דעם קאָשמאַר און ווידער רויִק אײַנשלאָפֿן, וואַרפֿן זיי אַ קוק אויפֿן פּאָרטרעט פֿון זייער אָפּגאָט — דער רעפּובליקאַנער סענאַטאָר פֿון טעקסאַס, טעד קרוז.
איך האָב דאָס רעכט צו פֿאַרגלײַכן ביידע סיסטעמען — די בריטישע און די אַמעריקאַנער, ווײַל איך נוץ ביידע שוין אין משך פֿון עלף יאָר. איך בלײַב אַ הייסער חסיד פֿון דער בריטישער מעדיצין (מע זאָל זי ניט באַדאַרפֿן, פֿאַרשטייט זיך). דאָס הייסט ניט בשום-אופֿן, אַז זי האָט ניט קיין חסרונות. אָבער זי איז יושרדיק; זי איז פֿאַר אַלעמען און זי איז, אין אַ געוויסן זין, אומזיסט. „אין אַ געוויסן זין‟ — ווײַל מע צאָלט דאָך פֿאַר דעם אין די שטײַערן. פֿאַר אייניקע קאַטעגאָריעס, קודם-כּל, פֿאַר קינדער און עלטערע לײַט, איז זי אין גאַנצן אומזיסט, מע דאַרף ניט אַפֿילו צאָלן פֿאַר רפֿואות. און נאָך איין וויכטיקע מעלה האָט זי: דער דאָקטער באַשעפֿטיקט זיך מיט מעדיצין און ניט מיט קיין געשעפֿט.
גלײַכצײַטיק, עקזיסטירט אין ענגלאַנד אַ מעגלעכקייט צו האָבן אַ פּריוואַטע פֿאַרזיכערונג. אייניקע מענטשן קויפֿן עס, און צו מאָל (זעלטן) קומט עס ווי אַ טייל פֿון אַ קאָנטראַקט. אַ פֿאַרזיכערונג קען מאַכן דעם גאַנצן ענין מער עפֿעקטיוו, כאָטש די דאָקטוירים וועלן זײַן, בדרך-כּלל, די זעלבע און דאָס אַלץ וועט אפֿשר פֿאָרקומען אין דעם זעלבן שפּיטאָל. יעדנפֿאַלס, עס בלײַבט אַ מעגלעכקייט צו קריגן פֿאַר געלט עפּעס בעסערס אָדער צו קריגן אַן אילוזיע (און דאָס איז אויך אַ שטיקל רפֿואה), אַז דו קריגסט עפּעס בעסערס.
אין אַמעריקע איז קראָנינס „ציטאַדעל‟ אויך געווען גוט באַקאַנט און האָט אַפֿילו באַקומען פּרעסטיזשפֿולע פּרעמיעס. אָבער די סיסטעם פֿון מעדיצין האָט עס ניט געביטן. אַמעריקע האָט דירעקט ניט איבערגעלעבט די צווייטע וועלט-מלחמה, בעת ענגלאַנד האָט עס יאָ איבערגעלעבט, און די מלחמה האָט צוגעוווינט די מענטשן צום טיילן זיך, צו זײַן אַ טייל פֿון אַ קאָלעקטיוו. צוריק גערעדט, אין אויסטראַליע, וווּהין די מלחמה איז אויך ניט געקומען, האָט מען פֿון דעסטוועגן אײַנגעפֿירט אַ צענטראַליזירטע סיסטעם. און אין קאַנאַדע אויך. שוין אָפּגעשמועסט פֿון ישׂראל, אייראָפּעיִשע און אַ צאָל אַנדערע לענדער. בסך-הכּל, איז אַמעריקע פֿאַרבליבן די איינציקע מדינה מיט אַן אַנטוויקלטער עקאָנאָמיע און געזעלשאַפֿט, וואָס האָט ניט קיין אוניווערסאַלע סיסטעם פֿון געזונט-באַזאָרג.
איך קוק די טעלעוויזיע, האַלט אין איין לייענען די צײַטונגען און קען בשום-אופֿן ניט פֿאַרשטיין, וואָס איז דער מער מיט די מענטשן, וועלכע זײַנען גרייט איבערצוקערן די וועלט, אַבי ניט דערלאָזן צו פֿאַרריכטן די ניט קיין געזונטע זאַכן, וועלכע עקזיסטירן אין דער אַמעריקאַנער געזונט-סיסטעם. מע פֿאַרגינט ניט אַנדערע לײַט? אָדער דאָס איז פּשוט פֿאַרבונדן מיט אַן עקסטרעמען אינדיווידואַליזם? דעם זעלבן אינדיווידואַליזם, וואָס האָדעוועט אונטער די געווער-פֿאַנאַטיקער?
די טעג האָט מען געוויזן אַן אינטערוויו מיט טעד קרוז. איך האָב אויף דעם געקוקט און, כ’וועל אײַך זאָגן דעם אמת, ס‘איז מיר אַ ביסל קאַלעמוטנע געוואָרן. דער דאָזיקער מענטשן, בלי-ספֿק, אַ פֿעיִקער דעמאַגאָג, איז פּשוט געפֿערלעך! ס’איז אויך געפֿערלעך, אַז ער האָט אַ סך חסידים. מע זאָגט, אַז ער האַלט אַן אויג אויפֿן „ווײַסן הויז‟. איך האָף, אַז מע וועט אים אַהין ניט אַרײַנלאָזן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.