אַ קושװאָך אין טשערנאָװיץ (ערשטער טייל)

A honeymoon in Czernowitz (Part 1)


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published October 24, 2013, issue of November 08, 2013.

װאָס האַרטער איז די פּוטער אַלץ װײכער איז דאָס ברױט.

דאָס טיסענס־געזעץ

די איבערגאַנג־תּקופֿה פֿון אַ קלײנבירגעריש, שטעטלדיק בחורל צו אַ הײמלאָזן באָהעמע־מאַנצביל איז געװען אַ װײטיקדיקע, אָבער נאָך װײטיקדיקער איז געװען די נשמה־װאַקלעניש בײַם שטעלן אַ װעלכע ניט איז לעבנסציל. און שױן גאַנץ פּײַנלעך איז געװען די לענגלעכע צעצױגענע שטילקײט נאָך דער פֿראַגע צו זיך אַלײן: „װער ביסטו און װאָס זוכסטו?‟ די פּראָבלעם עלטערן־קינדער איז געװען ניט װיכטיק, װײַל סײַ די עלטערן און סײַ די קינדער האָבן געזוכט אַ סטאַביל און אַ שטיל לעבן, און זײ האָבן עס דערגרײכט. אַפֿילו אַ פֿאָרגעפֿיל פֿון אַ װעלכער ניט איז ענדערונג פֿלעגט זײ מאַכן אומרויִק און אַרײַנװאַרפֿן אין אַ בהלה. מיט די זײדע־באָבעס, װעלכע האָבן געדאַרפֿט װיסן װאָס צו טאָן און װען צו טאָן, איז אַלץ געװען נאָך אײנפֿאַכער — זײ האָבן שױן געפֿונען די אײביקע רו, און נאָר דער שאָטן פֿון זײערע רײנע נשמות פֿלעגט זיך אַ מאָל אַרײַנכאַפּן אין די אומרויִקע חלומות און װאָרענען זײער אײניקל: ייִנגעלע, אײַל זיך ניט צו טאָן און אײַל זיך ניט ניט צו טאָן — געדולד! יעדע פּרי צו איר צײַט.

פֿאַר די שװערע צײַטן האָב איך פֿון סאַמע קינדװײַז אָן געהאַט אַ מקום־מיקלט — טשערנאָװיץ. די מאַמע האָט שטענדיק געפֿילט, אַז דאָס קינד אירס קען זיך ניט געפֿינען אַן אָרט, און דאַן פֿלעגט זי מיר אַרײַנלײגן אַ פּאָר קערבלעך אין דער האַנט און זאָגן: „װאָס מײַעסטו1 זיך? כאַפּ זיך אַרײַן אין טשערנאָװיץ, רו זיך אָפּ.‟ די מאַמע האָט געװוּסט, אַז טשערנאָװיץ איז „מײַן שטאָט‟.

דעם פֿעטער העניכס הױז איז געװען אַנטקעגן איבער דער „רעזידענץ‟, בײַ איר הינטערטײל. דאָרט איז געװען אַן אַלטער פּאַרק און דער עיקר, גלײַך בײַ דער צױם איז געװען אַ לאָנקע, באַװאַקסן מיט װילדע פּאָזשעמקעס און אַ קלײנע סאַזשלקע מיט גאָלדענע פֿישלעך. הײַנט בין איך זיך מודה — דאָרט איז געװען מײַן מקום־מיקלט און דװקא די גאָלדענע פֿישלעך פֿלעג איך פֿאַרטרױען די געהײמסטע סודות פֿון דער אומרויִקער נשמה. אָבער, װיפֿל קען לעבן אַ פֿישל?…

איצט בין איך געזעסן אױפֿן פֿינישן כוטאָר2 קאַיאַלאַ, באַהאַלטן אין די קדמונישע װעלדער אױפֿן קאָלסקער האַלב־אינדזל. געזעסן און געקלערט װאָס צו טאָן. אָפּזיצן דאָ אַ גאַנץ לעבן האָט זיך מיר ניט געװאָלט, און פֿון דער צװײטער זײַט, די װײטיקדיקע דערפֿאַרונג פֿון פֿאַרברענגען דרײַ חדשים אין אַ געהײמער אָפּטײלונג פֿון דער לעמבעריקער מיליטער־טורמע האָט מיך געװאָרנט פֿון די ניט קײן פֿאָרזיכטיקע טריט. די גאַנצע מעשׂה מיט דער טורמע איז געװען אַן אידיאָטישער אַנעקדאָט, און די פּרשה איז אױסגעװאַקסן אױפֿן „פּוסטן פֿעלד‟.

די מעשׂה האָט זיך אָנגעהױבן בעתן לעקציעס־איבעררײַס אין אונדזער אינסטיטוט. מיר, אַ פּאָר היפּי־בחורים מיט לאַנגע האָר און יונגע בערדעלעך, זײַנען געשטאַנען אױף די טרעפּ און גערײכערט. פּלוצעם זײַנען צו אונדז צוגעגאַנגען צװײ מענער. אײנעם, אונדזער דעקאַן, האָב איך געקענט. דעם צװײטן, אַ מאָנסטער אַ קאַרליק, האָב איך געזען דאָס ערשטע מאָל. דער קאַרליק האָט זיך אָפּגעשטעלט לעבן מיר און גלײַך געפֿרעגט: „פֿאַמילע־נאָמען, פֿאַקולטעט?…‟ — „פֿעלזענבאַום מיכאל, טעאַטער־רעזשיסור.‟ — „אין אַ שעה אַרום זאָלסטו קומען אין מײַן קאַבינעט, אָפּגעשױרן און אָפּגעגאָלט, װי אַ מענטש.‟ — „קוש אַ בער אין אָחור‟, — האָב איך אַ בורטשע געטאָן זיך אונטער דער נאָז אױף ייִדיש. גײ װײס, אַז דער קאַרליק איז אונדזער רעקטאָר, און אַז דער דעקאַן איז אַ ייִד און האָט גלײַך איבערגעזעצט דעם רעקטאָר מײַן האַרציקן װוּנטש. בקיצור, כ’האָב זיך ניט אונטערגעשױרן. דאָס האָט געטאָן אין אַ חודש אַרום אַ בײזער סערזשאַנט, אין אַ שמוציקן טאַמבור פֿון אַ װאַגאָן, װעלכער האָט מיך געפֿירט צו דער מיליטער־דינסט.

דעם אמת געזאָגט, מײַן „סלוזשבע‟3 איז געװען ניט קײן שװערע; פֿיר שעה בין איך געזעסן אין אַ פֿאַרמאַכטן צימער און געװאַרט אױף אַ פֿאַרשיפֿרירטער מאָרזע־מעלדונג. כ’פֿלעג זי פֿאַרשרײַבן און אָפּטראָגן צו די דעשיפֿראַטאָרן. און אַזױ טאָג־אײַן, טאָג־אױס פֿיר שעה בײַם ראַדיאָ־אַפּאַראַט, פֿיר שעה פֿרײַע צײַט, אַכט שעה שלאָפֿן. דאָס שװערסטע איז געװען צו זיצן בײַ נאַכט, אָבער כ’האָב געהאַלטן אונטערן מאַטראַץ אַ פּאָר ביכער, און כאָטש דאָס איז געװען שטרענג פֿאַרבאָטן, פֿלעג איך מיטנעמען מיט זיך אַ ביכל און עס לײענען בעת דער נאַכט־װאַכטע, װײַל בײַ נאַכט האָט מען אונדז קײן מאָל ניט קאָנטראָלירט.

מײַן גאַנץ פֿאַרמעגן איז באַשטאַנען פֿון צװײ דינינקע ביכלעך אױף ייִדיש — אַ פּאָר נאָװעלן פֿון עדגאַר פּאָ און שלום־עליכמס „מאָנאָלאָגן‟. די ביכלעך האָט מיר בסוד־סודות געשאָנקען אונדזער פּאָליטרוק4, אַ מאָדנע צװײ־פּנימדיקער ייִד אַ פּחדן. די בריװ אַהײם האָב איך געשריבן אױף ייִדיש און ס’האָט זיך אױסגעװיזן, אַז דער פּאָליטרוק לײענט אַלע מײַנע בריװ. ביזן הײַנטיקן טאָג פֿאַרשטײ איך ניט פֿאַר װאָס יענעם טאָג האָב איך מיטגענומען מיט זיך די ביכלעך דװקא צו דער טאָג־װאַכטע. כ’בין געזעסן בײַם ראַדיאָ־אַפּאַראַט, געװאַרט אױף אַ מעלדונג פֿונעם שטאַב און געלײענט אַ ביכל. גײ װײס, אַז אין דער זעלבער צײַט האָט די רעשט סאָלדאַטן פֿון אונדזער װאַכטע זיך אָנגעשיכּורט און זיך אָפּגעסמט מיטן טעכנישן ספּירט, און שױן אַ פּאָר שעה, אַז קײנער ענטפֿערט ניט אױף די קאָנטראָל־טעלעפֿאָנען פֿון דער נאַטשאַלסטװע. ס’פֿאַרשטײט זיך, עס איז געקומען צו פֿאָרן די נאַטשאַלסטװע אין אַ באַגלײטונג פֿון אַן אָפֿיציר פֿון דער זיכערקײט־אָפּטײלונג, און אין שלאָפֿצימער געפֿינען זײ פֿינף סאָלדאַטן — טױט־שיכּור, ניט צו דערװעקן. גײען זײ גלײַך אַרײַן אינעם װאַכטע־צימער און פּאַקן מיך בײַם לײענען אַ בוך אױף אַ „שפּיאָנסקער‟ שפּראַך.

דאָס, װאָס פֿון מיר האָט מען אַרױסגעשלעפּט די קישקעס, מײן איך, איז קלאָר װי דער טאָג, נאָר אױף מײַן אומגליק האָט דער זיכערקײט־אָפֿיציר פֿון אונדזער באַזונדערן דיװיזיאָן געװאַרט אױף אַ נײַער שטעלע אינעם שטאַב, און אַזאַ שײנעם אומגעריכטן פֿאַל װי צו אַנטדעקן אַ ציוניסטישן שפּיאָן האָט ער אױסגענוצט סײַ מיטן פֿולן סאָלדאַפֿאָנסקע ברען און סײַ מיט פֿאַרגעניגן. נאָך אַ װאָך אומזיסטע פֿיזישע פּײַניקונגען אין מונקעטש5 האָט מען מיך איבערגעפֿירט אין אַ ספּעציעלער אָפּטײלונג פֿון דער לעמבעריקער מיליטער־טורמע און אָנגעהױבן אַרױסצוקריגן „די סודות‟ מיט די פּסיכאָטראָפּישע פּרעפּאַראַטן, כּדי צו יענע פֿינף יאָר תּפֿיסה, װעלכע לױט דער פֿאַרזיכערונג פֿונעם אױספֿאָרשער־פּאָלקאָװניק, האָב איך שױן כּשר פֿאַרדינט, זאָלן זײ קענען מיר צוטשעפּען נאָך אַ „צענערל‟. ס’האָט זײ, אָבער, גאָרניט געהאָלפֿן, ניט די אַכזריותדיקע געשלעגן און ניט די פּסיכאָטראָפּן — כ’האָב ניט אונטערגעריבן קײן אײן צוגעגרײטן פּראָטאָקאָל מיט אַן „אױפֿריכטיקער שולד־אַנערקענונג‟, אַז כ’בין (איך שפּאַס ניט) אַ „ציוניסטישער און אַ כינעזישער שפּיאָן‟. פֿאַר װאָס גאָר אַ כינעזישער? װײַל אונדזערע הײליקע אותיותלעך האָט מען אָנגענומען פֿאַר די כינעזישע „שפּיאָנסקע יעראָגליפֿן‟.

בקיצור, אַז מײַן מאַמע האָט אין משך פֿון צװײ חדשים ניט באַקומען פֿון מיר קײן אײן בריװ, איז זי גלײַך געקומען צו פֿאָרן קײן מונקעטש, אין מײַן פּאָלק, און דאָרטן האָט אײנער אַ װױלער מענטש, דער פּאָליטרוק, דערצײלט איר די גאַנצע מעשׂה. די מאַמע, אַ לעבן אױף איר, האָט איבערגעקערט װעלטן און אין אַ חודש אַרום בין איך שױן געזעסן — אַ צעבראָכענער, אָבער אַ פֿרײַער מענטש, אין פֿאַרוואָרפֿענעם כוטאָר קאַיאַלאַ אין די קדמונישע פּינישע װעלדער. דער כוטאָר האָט געהערט צו די װײַטע קרובֿים פֿון מײַן פֿאָטערס אַ קאָלעגע, אַ שװײַגנדיקע פֿינישע פֿרױ פֿון „רותס שניט”, װעלכע האָט חתונה געהאַט מיט אַ װױלן ייִדן און געהאַט מיט אים פֿינף „ייִדישע‟ קינדער.

אײן מאָל, אין אַ זאַװערוכע־נאַכט, איז מיר אין חלום געקומען אַ מײדל, מיט װעלכן איך האָב געשפּילט אַ ליבע אַ קורצע צײַט פֿאַרן פּריזיװ. און איצט, אינעם חלום, איז זי געזעסן אױף אַ בענקל אין מײַן צימער און געשמײכלט צו מיר. פֿרי קאַיאָר האָב איך זיך געלאָזט אין װעג אַרײַן, איבערן װאַלד און פֿאַרשנײטע פֿעלדער. אין אָװנט בין איך אָנגעקומען אין אַ קלײן שטעטל בײַם שליאַך און גלײַך געגאַנגען צו דער פּאָסט, כּדי אָנצוקלינגען אַהײם, דער מאַמען. די מאַמע האָט געװאַרט אױף מײַן קלונג און גלײַך געמאָלדן: „קום אַהײם. עס װאַרט אױף דיר דײַן גורל. געדענקסטו נאָך אַ מײדל מיטן נאָמען פֿײגעלע?‟ — „יאָ, זיכער‟. — „זי איז בײַ אונדז צו גאַסט און װאַרט אױף דיר. קום.‟


1) מײַען זיך — מוטשען זיך
2) כוטאָר — פֿאַרם
3) „סלוזשבע‟ (רוס.) — דינסט
4) פּאָליטרוק (רוס.) — פּאָליטישער אָנפֿירער
5) מונקעטש — אַ שטעטל אין מערבֿ־אוקראַיִנע

סוף קומט