מיזרח־ייִדיש: 400 יאָר

Eastern Yiddish: 400 Years

אַן אילוסטראַציע פֿונעם וואָרמסער מחזור, אַ כּתבֿ־יד פֿונעם יאָר 1272, וווּ עס געפֿינט זיך די עלטסטע אָפּגעהיטע פֿראַזע אויף ייִדיש
אַן אילוסטראַציע פֿונעם וואָרמסער מחזור, אַ כּתבֿ־יד פֿונעם יאָר 1272, וווּ עס געפֿינט זיך די עלטסטע אָפּגעהיטע פֿראַזע אויף ייִדיש

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published October 25, 2013, issue of November 22, 2013.

אין פֿאַרגלײַך מיט קאָנקרעטע מענטשן, איז שווער צו באַשטימען אַפֿילו בערך דעם עלטער פֿון מענטשלעכע שפּראַכן. לאָמיר נעמען, צום בײַשפּיל, ענגליש. פֿון איין זײַט, האָט אַזאַ לשון זיכער נישט עקזיסטירט פֿאַרן 6טן יאָרהונדערט, ווען די אוראַלע גערמאַנישע שבֿטים אַנגלען, סאַקסן און יוטן זענען אָנגעקומען אין בריטאַניע. פֿון דער צווייטער זײַט, קאָן מען זאָגן, אַז ענגליש שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ המשך פֿון עלטערע לשונות, אָנהייבנדיק פֿון פּראָטאָ־אינדאָ-אייראָפּעיִש און נאָך ווײַטער. צוליב דעם, זענען אַ סך ענגלישע ווערטער נאָך אַלץ ענלעך צו סאַנסקריט אָדער כעטיש, די שפּראַך פֿון די תּנ״כישע חתּים.

פֿון דער דריטער זײַט, קוקט אַרײַן אין דער קלאַסישער אַלט־ענגלישער עפּישער פּאָעמע „בעאָוווּלף‟, אָנגעשריבן איבער טויזנט יאָר צוריק; ס׳איז זיכער נישט די זעלבע שפּראַך ווי די שׂפֿת־המדינה אין דער הײַנטיקער אַמעריקע, הגם מע באַטראַכט „בעאָוווּלף‟ ווי אַ וויכטיקן טייל פֿונעם אַנגלאָ־סאַקסישן ליטעראַרישן קאַנאָן.

ייִדיש שטאַמט נישט פֿון דײַטש, ווי עס מיינען אַ סך מענטשן, נאָר פֿון אוראַלטע גערמאַנישע לשונות, וועלכע זענען גאַנץ ווײַט פֿון דער שפּראַך, וואָס מע רעדט הײַנט אין בערלין, און וועלכע האָבן אַפֿילו נישט געהייסן „דײַטש‟. במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט, האָבן זיך פֿון די דאָזיקע אַמאָליקע לשונות אויסגעפֿורעמט, אויף באַזונדערע אופֿנים, ייִדיש און דײַטש. די פֿאָרגעשיכטע פֿון ביידע שפּראַכן איז אָבער אַ סך עלטער. אינעם פֿאַל פֿון ייִדיש, קאָן מען זאָגן, אַז זי נעמט אַרײַן סײַ אַלט־גערמאַניש, סײַ לשון־קודש מיט לשון־תּרגום.

אַזוי צי אַזוי, רעדן מיר הײַנט אויף די מיזרחדיקע דיאַלעקטן פֿון ייִדיש. אַזעלכע קלאַסישע אַלט־ייִדישע ווערק, ווי „באָווע־בוך‟ און די אָריגינעלע „צאנה־וראינה‟, זענען פֿאַקטיש אָנגעשריבן אויף אַן אַנדער שפּראַך. די פֿרומע פֿאַרלעגער אין מיזרח־אייראָפּע האָבן געמוזט איבערטײַטשן „צאנה־וראינה‟ אויפֿן „נאָרמאַלן‟ גערעדטן ייִדיש אינעם 19טן יאָרהונדערט. אינעם יאָר 1962 איז אין בוענאָס־אײַרעס אַרויס אַ מאָדערנע ווערסיע פֿון אליהו בחורס פּאָעמע־ראָמאַן „באָווע־בוך‟.

דער אָריגינאַל, געשאַפֿן אין איטאַליע מיט איבער 500 יאָר צוריק, הייבט זיך אָן אַזוי: „איך אליהו לוי דער שרייבר, דינר אלר ורומן ווייבר, מיט אירן אונ׳ מיט צוכֿטן, אונ׳ איך לוש מיך אלזו בידוכֿטן‟. די בוענאָס־אײַרעסער איבערזעצער האָבן עס געביטן אויף: „איך, אליה לוי, דער שרײַבער, צו דינסט אַלע ייִדישע ווײַבער, קום איצט מיט מײַן וואָרט דעם באַדאַכטן — עס לוינט זיך דערויף צו פֿאַרטראַכטן‟.

ווען האָבן ייִדן אָנגעהויבן רעדן מער־ווייניקער אַזוי ווי הײַנט? ס׳איז שווער צו זאָגן, ווײַל ביזן 18טן יאָרהונדערט איז געווען אָנגענומען דער מינהג צו שרײַבן אויף קינסטלעך אויסגעפּוצטע ליטעראַרישע וואַריאַנטן פֿונעם מערבֿדיקן ייִדיש. למעשׂה, האָט קיינער, מסתּמא, נישט גערעדט אויף אַזאַ שטייגער אַפֿילו אין מערבֿ־אייראָפּע. ווי עס האָט שוין לאַנג באַמערקט שניאור־זלמן רובאַשאָוו (שז״ר) אין זײַן פֿאָרשונג „ייִדישע גבֿיות־עדות אין שאלות־ותּשובֿות‟, האָט די שמועס־שפּראַך זיך מערקווירדיק אונטערגעשיידט פֿון דער געשריבענער ליטעראַרישער פֿאָרעם. די זעלבע סיטואַציע טרעפֿט זיך, אַגבֿ, אין אַ סך שפּראַכן אַרום דער וועלט, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע וויכטיקע, ווי כינעזיש און אַראַביש.

למשל, רבי ישׂראל פֿון ברין (ברנאָ), באַקאַנט ווי מהר״י ברונא, אַ באַקאַנטער מאָראַווישער פּוסק פֿונעם 15טן יאָרהונדערט, דערציילט, ווי עפּעס אַ זינדיקע פֿרוי האָט געפֿרעגט אַ שאלה בײַ אַ רבֿ, ווי אַזוי זי זאָל טאָן אַ געהעריקע תּשובֿה. האָט דער רבֿ איר געהייסן אַראָפּצונעמען איר קאָפּ־צודעקעניש און צו קומען מיט אַנטבלויזטע האָר אין שטוב אַרײַן צו זײַן רביצין, וועלכע זאָל זיך ווענדן צו דער בעל־עבֿירהטע מיט אַזאַ־אָ קאָליריקן אויסדרוק: „קומסט, דו פּרוצה, דו זונה, דו אשת־איש־זונה, נו וואָס ווילסטו?‟. כּדי איר תּשובֿה זאָל נתקבל ווערן, האָט דער רבֿ געגעבן אַן עצה, דאַרף די זינדיקע פֿרוי ענטפֿערן: „איך באַקען מײַן זינד, איך בין אַ פּרוצה אַ זונה, איך וויל תּשובֿה טאָן אויף מײַן זינד‟.

דערנאָך האָט דער רבֿ געהייסן דער אשת־אישניצע צו זיצן ווינטער אין אײַז־קאַלט וואַסער, ביז זי וועט חלשן. נאָכדעם, ווי מע האָט, נעבעך אַרויסגענומען די געחלשטע פֿרוי פֿונעם וואַסער און זי אָפּגעמינטערט, האָט זי געמוזט דורכמאַכן נאָך „תּענייות ועינוים‟ — דהײַנו, אַ ריי אַנדערע פּײַנלעכע פּראָצעדורן. ס׳זעט אויס, אַז דער מיטל־עלטערלעכער סטיל פֿון תּשובֿה־טאָן איז נישט געווען פֿון די גרינגסטע.

אין פֿאַרגלײַך מיט אליהו בחורס פּאָעטישער ליטעראַרישער שפּראַך, קלינגען די דערמאָנטע פֿראַזעס קלאָר און דײַטלעך. ווען האָט מען אָנגעהויבן באַנוצן דעם „נאָרמאַלן‟ מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדיש בכּתבֿ? עס וואָלט געווען כּדאַי צו פּראַווען הײַיאָר אַ וויכטיקן יוביליי. אין 1613, אַקוראַט מיט 400 יאָר צוריק, איז אַרויס אַ מעדיציניש בוך אויף ייִדיש מיטן נאָמען „ספֿר דרך עץ־החיים‟. אַזוי ווי אליהו־בחור, איז דער מחבר, אַ פּוילישער ייִד, געווען אַ געבילדעטער אינטעליגענטער מענטש, וועלכער האָט שטודירט מעדיצין אין איטאַליע — איינער פֿון די זעלטענע בילדונג־צענטערס, וווּ מע האָט אַרײַנגעלאָזט ייִדן אין יענער תּקופֿה זיך לערנען אין אַן אוניווערסיטעט.

להיפּוך צו דעם פּאָעט אליהו בחור, האָט דער אַנאָנימער מחבר באַשלאָסן צו שרײַבן ווי עס רעדט זיך, אויף זײַן פּראָסטן פּוילישן ייִדיש: „און דערווײַל, דאָס מיר האַלטן אָן די ענינים פֿון רעטעך, מוזן מיר לערנען די לײַט פֿון דעם היגן לאַנד פּוילן און רײַסן, דאָס זיי זייער ניט רעכט טאָן, דאָס זיי עסן רעטעך פֿאַר דער סעודה, דען רעטעך איז זייער שווער און בייז צו פֿאַרדײַען‟.

אַחוץ אַ פּאָר אַלטמאָדישע עלעמענטן, זעען מיר דאָ שוין מער־ווייניקער אַ „נאָרמאַלע‟ ייִדישע שפּראַך. צו זאָגן „דאָס‟ אַנשטאָט „אַז‟ איז אַ באַקאַנטע אייגנאַרטיקייט פֿון אַ טייל ייִדישע דיאַלעקטן. אינעם אָריגינאַל טרעפֿט זיך אָפֿט אַ וואַקלעניש צווישן „נון‟ און „מם‟; איך האָב עס געביטן אויפֿן מאָדערנעם אויסלייג; אַ סברא, אַז דאָס דאָזיקע וואַקלעניש איז בלויז אַן אַלטע אָרטאָגראַפֿישע טראַדיציע.

עוואַ געלער, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿונעם וואַרשעווער אוניווערסיטעט, האָט מיט פֿיר יאָר צוריק אָנגעשריבן אַן אַרטיקל וועגן דעם דאָזיקן פֿאַרגעסענעם ייִדישן טעקסט, וואָס דער ווינער ייִדיש־פֿאָרשער טאָמאַס סאָקסבערגער האָט אַנטדעקט מיט עטלעכע יאָר פֿריִער. ביז לעצטנס, האָבן די פֿאָרשער פֿון ייִדיש געטראַכט, אַז די ליטעראַטור אויף די גערעדטע מיזרח־אייראָפּעיִשע דיאַלעקטן פֿון ייִדיש איז אַ סך ייִנגער, בלויז אַרום 250 יאָר אַלט.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די שפּראַך אין „ספֿר דרך עץ־החיים‟ איז אַפֿילו מער פֿאָלקיש, ווי דער הײַנטיקער ליטעראַרישער סטאַנדאַרט, צוליב דער גרויסער צאָל סלאַווישע, לשון־קודשדיקע און דיאַלעקטאַלע עלעמענטן: „ווען ער אַן איינעם (איינציקן) מענטשן בײַ זײַן לעבן האַלט, מכּל־שכּן פֿיל לײַטן — האָט ער דעם גאַנצן עולם באַשאַפֿן‟. אַזוי דערקלערט דער מחבר דעם באַקאַנטן מאמר־חז״ל, אַז דער, וואָס ראַטעוועט איין מענטש, ראַטעוועט אַ גאַנצע וועלט.

זײַנענדיק אַ מעדיצינישער ספֿר, האָט „ספֿר דרך עץ־החיים‟ אַ קליינע ליטעראַרישע ווערט, אָבער דערציילט אַ סך באַלערנדיקע און טשיקאַווע פּרטים וועגן דעם אַמאָליקער ייִדישער לעבן אין מיזרח־אייראָפּע. צווישן אַנדערע ענינים, קריטיקירט ער כּסדר שיכּרות; ס׳זעט אויס, אַז אין זײַן צײַט איז עס געווען אַ פֿאַרשפּרייטע קרענק בײַ ייִדן. דער מחבר גיט זײַנע לייענער עצות, ווי אַזוי פּטור צו ווערן פֿון קאַצן־יאָמער, און בעט זיי נישט צו שיכּורן צופֿיל: „אַפֿילו פֿון אַל־דעם בעסטן ביר זאָל מען ניט צופֿיל טרינקען, ובפֿרט ניט שיכּור זײַן, דען דאָס שיכּרות פֿון ביר שאָדט פֿיל מיין, ווידער דאָס שיכּרות פֿון ווײַן און מעד‟.

ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז אין קאָנטראַסט מיט די ווערק פֿון אַזעלכע אוראָבֿות פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, ווי די משׂכּילים מנחם־מענדל לעפֿין און יוסף פּערל, וואָס האַקן כּסדר אַרײַן פֿרעמדע דײַטשישע ווערטער אין זייערע ייִדישע ווערק, קלינגט דער 400־יאָריקער ספֿר דווקא נאַטירלעך. די איינציקע מערקווירדיקע השפּעה פֿון מערבֿ־ייִדיש אָדער דײַטש איז, מעגלעך, דער „פֿאַרדרייטער‟ ווערטער־סדר מיט די ווערבן בײַם סוף פֿון אָפּהענגיקע זאַצן.

ווי געזאָגט, די היסטאָרישע פּעריאָדיזאַציע פֿון שפּראַכן איז אַ רעלאַטיווער און באַדינגלעכער ענין. עס קאָן זײַן, אַז אויב מע גריבלט זיך טיפֿער אין די אַלטע ייִדישע ביכער, וועט מען געפֿינען נאָך עלטערע טעקסטן, אָנגעשריבן אויף מיזרח־ייִדיש. דעמאָלט וועט מען קאָנען פּראַווען נאָך אַ יוביליי.