דער יובֿל פֿון כאַרקעװער קאָר־שיל

A Quiet Anniversary: Centennial of Kharkiv Choral Synagogue

די קאָר־שיל אין כאַרקעװ
די קאָר־שיל אין כאַרקעװ

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published October 25, 2013, issue of November 22, 2013.

דער מאָסקװער זשורנאַל „לחיים‟ האָט דערמאָנט זײַנע לײענער וועגן אַ װיכטיקן יובֿל. מיט הונדערט יאָר צוריק האָט מען געעפֿנט די נײַע קאָר־שיל אין כאַרקעװ, װאָס עד־היום פֿאַרבלײַבט דער סאַמע אָריגינעלער מאָנומענט פֿון דער מאָדערנער רוסיש־ייִדישער אַרכיטעקטור. די ערשטע װעלט־מלחמה, און דערנאָך די רעװאָלוציע און בירגער־קריג האָבן דערשטיקט דעם אױפֿבלי פֿון דער ייִדישער מאָנומענטאַלער קונסט, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן אין דער רוסישער אימפּעריע נאָך דער רעװאָלוציע פֿון 1905, װען די מלוכה האָט דערמעגלעכט צו שאַפֿן כּלערלײ עפֿנטלעכע אָרגאַניזאַציעס.

היסטאָריש האָט כאַרקעװ, די הױפּט־שטאָט פֿון דער אַמאָליקער „סלאָבאָדסקע אוקראַיִנע‟, ניט געהערט צו דעם ייִדישן תּחום־המושבֿ; אָבער דאָ, װי אין אַנדערע פֿאַרמעגלעכע דרומדיקע פּראָװינץ־צענטערס, װי למשל, ראָסטאָװ־אױפֿן־דאָן, האָט געלעבט אַ היפּשע ייִדישע באַפֿעלקערונג. אין 1909 האָט זיך די כאַרקעװער קהילה געװענדט צו דער סאַנקט־פּעטערבורגער געזעלשאַפֿט פֿון אַרכיטעקטן מיט אַ בקשה צו מאַכן אַ פּראָיעקט פֿאַר אַ נײַער קאָר־שיל. אינעם קאָנקורס האָבן זיך באַטײליקט זיבעצן רוסישע אַרכיטעקטן — סײַ ייִדן און סײַ ניט־ייִדן.

די צוגעשטעלטע פּראָיעקטן האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַרשידענע השׂגות װעגן דעם, װי אַזױ צו אַנטפּלעקן ייִדישקײט אין אַרכיטעקטור. אַרום דעם דאָזיקן ענין האָט מען דעמאָלט געפֿירט הײסע וויכּוחים אין דער סבֿיבֿה פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ. װי עס שרײַבט דער כאַרקעװער קונסט־היסטאָריקער, יעװגעני קאָטליאַר, האָבן די צוגעשטעלטע פּראָיעקטן געזאָגט „עדות װעגן דער פֿילזײַטיקײט פֿון סטיליסטישע אָריענטירן, װאָס שפּיגלען אָפּ פֿאַרשידענע היסטאָרישע סטערעאָטיפּן פֿון ייִדישקײט‟.

אויסצודריקן דעם „ייִדישן מהות‟ אין אַרכיטעקטור, האָט מען גענוצט סטיליסטישע „ציטאַטן‟ פֿון ביז גאָר פֿאַרשידענע מקורים. דער סאַמע פּאָפּולערער סטיל אין מיטל־אײראָפּע פֿון 19טן יאָרהונדערט איז געװען דער נעאָ־מאַװריטאַנישער. פּרעכטיקע מוסטערן פֿונעם דאָזיקן נוסח קאָן מען עד־היום זען אין בודאַפּעשט און סאַנקט־פּעטערבורג. דער דאָזיקער סטיל האָט דערמאָנט די „גאָלדענער תּקופֿה‟ פֿון ייִדן אין מיטל־עלטערלעכער שפּאַניע, װאָס איז געװען אַ פּאָפּולערער באַגריף צװישן די דעמאָלטיקע דײַטשישע ייִדן.

אָבער אין אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט איז די דאָזיקע מאָדע שױן אַוועק. אין רוסלאַנד האָט מען געזוכט אינספּיראַציע אין אַנדערע מקומות און אין אַנדערע תּקופֿות — פֿון אוראַלטן מצרים ביז פּױלן פֿון 17טן און 18טן יאָרהונדערט. אײנער פֿון די פּראָיעקטן אױפֿן כאַרקעװער קאָנקורס האָט געהערט צום יונגן פּױלישן אַרכיטעקט אַדאָלף שישקאָ־באָהוש, דעמאָלט אַ סטודענט פֿון דער פּעטערבורגער קונסט־אַקאַדעמיע. ער האָט פּשוט גענומען די באַרימטע שיל־געבײַדע פֿון דער שטאָט פּשעװאָרסק אין גאַליציע, װאָס איז געבױט געװאָרן אין רענעסאַנס־סטיל אין די יאָרן 1626–1629, און עס צוגעפּאַסט צו מאָדערנע באַדינגונגען. אָבער דער געדאַנק צו בױען אַ מאָדערנע קאָר־שיל לױטן אַלטן פּױלישן מוסטער, איז מסתּמא געװען צו דרײסט פֿאַר די פּני פֿון דער כאַרקעװער קהילה. שפּעטער איז שישקאָ־באָהוש געװאָרן באַרימט מיט זײַנע װערק אינעם היסטאָרישן סטיל אין פֿאַרשידענע שטעט פֿון פּױלן. די פּשעװאָרסקער שיל איז פֿאַרברענט געװאָרן אין 1939 דורך די נאַציסטן.

געװוּנען דעם קאָנקורס האָט דער פּראָיעקט פֿונעם יונגן פּעטערבורגער אַרכיטעקט יעקבֿ געװירץ. צו יענער צײַט האָט ער זיך שױן קונה־שם געװען מיט דער געבײַדע פֿון בית־טהרה אױפֿן פּעטערבורגער ייִדישן בית־עולם. אין זײַן כאַרקעװער פּראָיעקט האָט געװירץ אויסגעניצט די זעלביקע אידעען און מאָטיװן. קאָטליאַר דערקלערט: „געװירץ געפֿינט די נאַציאָנאַלע פֿאָרם פֿון ייִדישער אַרכיטעקטור אין דער סינטעטישער געשטאַלט פֿון ייִדישן אַלטערטום‟. געװירץ שמעלצט צונױף איסלאַמישע און אַלט־קריסטלעכע מאָטיװן אין אײן קאָמפּאַקטן רױם. עס איז מערקװירדיק, אַז די איסלאַמישע װאָרצלען האָט געװירץ געזוכט ניט אינעם שפּאַניש־מאַװריטאַנישן סטיל, נאָר אין דער אַרכיטעקטור פֿון צענטראַל־אַזיע, װאָס איז דעמאָלט געװען אַ טײל פֿון דער רוסישער אימפּעריע. אַזױ אַרום האָט מען דעמאָנסטרירט די אײַנגעװאָרצלטקײט פֿון ייִדן אין דער פֿילפֿעלקעװדיקער רוסישער אימפּעריע. אין דעם איז געװירץ געװען אַן אָנהענגער פֿונעם רוסישן קונסט־קריטיקער װלאַדימיר סטאַסאָװ, װעלכער האָט געהאַלטן, אַז דװקא די איסלאַמישע אַרכיטעקטור האָט ממשיך געװען די אַלט־ייִדישע טראַדיציע.

די כאַרקעװער קאָר־שיל איז אױפֿגעבױט געװאָרן ערבֿ דער ערשטער װעלט־מלחמה, אין 1913. צו יענער צײַט איז געװירץ געװאָרן דער אָפֿיציעלער אַרכיטעקט פֿון דער פּעטערבורגער ייִדישער קהילה. צװישן זײַנע װערק געפֿינט זיך די געבײַדע פֿונעם ייִדישן מושבֿ־זקנים, װוּ עס האָבן זיך אויך באַזעצט די ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס און דער ייִדישער מוזײ פֿון ש. אַנ־סקין. געװירץ האָט זיך באַטײליקט אין דער רעקאָנסטרוקציע פֿון דער „סאָלדאַטסקער‟ שיל אין ראָסטאָװ און האָט פּראָיעקטירט די קאָר־שיל אין מאַריִופּאָל, אוקראַיִנע, װאָס איז פֿאַרבליבן נאָר אױף פּאַפּיר. נאָך דער רעװאָלוציע האָט ער געענדערט זײַן סטיל אױפֿן סאָװעטישן קאָנסטרוקטיװיזם מיטן נעאָקלאַסישן בײַטעם, און איז געװאָרן אַ חשובֿע פֿיגור אין דער לענינגראַדער אַרכיטעקטור־סבֿיבֿה. געשטאָרבן איז געװירץ בעת דער בלאָקאַדע פֿון לענינגראַד, אין 1942.

די כאַרקעװער קאָר־שיל האָט איבערגעלעבט אַלע שטורעמס פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, אָבער איר אינטעריער האָט שטאַרק געליטן אין דער סאָװעטישער צײַט. אין 1923 האָט מען דאָ געעפֿנט דעם „ייִדישן אַרבעטער־קלוב אױפֿן נאָמען פֿונעם דריטן אינטערנאַציאָנאַל‟. גלײַך נאָך דער מלחמה האָט די סאָװעטישע מאַכט אױף אַ קורצער צײַט אומגעקערט די קאָר־שיל דער ייִדישער קהילה, אָבער זינט 1949 און ביז 1991 האָט מען גענוצט די געבײַדע װי אַ ספּאָרט־קאָמפּלעקס. נאָכן קאַפּיטאַל־רעמאָנט האָט מען די קאָר־שיל װידער געעפֿנט אין 2003, און הײַנט געהערט זי צו דער חסידישער קהילה. מען שרײַבט מיט שטאָלץ, אַז דאָס איז די סאַמע גרעסטע שיל אינעם געװעזענעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און די צװײט־גרעסטע אין אײראָפּע.