מײַן טאַטע ע”ה איז תּמיד געווען קעגן אַלע פֿאָראורטלען. לאַכן פֿלעגט ער אויך, ווען מען האָט גערעדט וועגן די ציגײַנער ווי וועגן גנבֿים פֿון קליינע קינדער. מיט דעם האָט מען דאָך געסטראַשעט אין מיזרח-אייראָפּע און, ווי איך פֿאַרשטיי, אויך אין אַנדערע עקן פֿון דער וועלט. אָבער דער טאַטע האָט אויף דעם געהאַט זײַן לאָגיק: „גיט אַ קוק אויף זיי; זיי האָבן שוין אַזוי אויך גענוג קינדער. צוליב וואָס דאַרפֿן זיי האָבן נאָך אַן איבעריק קינד?‟
אָבער די דאָזיקע אײַנגערעדטע מעשׂה האַלט זיך ניט איין יאָרהונדערט, כאָטש, ווי איך פֿאַרשטיי, קיין פֿאַרלאָזלעכן דאָקומענטאַלן יסוד האָט עס ניט. איך געדענק ניט, כ‘זאָל הערן וועגן אַזאַ געשעעניש, כאָטש קינדער גנבֿעט מען יאָ פֿון מאָל צו מאָל. דאָס טוען צעדרייטע פֿרויען, אָדער סעקסועלע מאַניאַקן. אָבער קיין ציגײַנער זײַנען צווישן זיי, בדרך-כּלל, ניטאָ. די טעג האָב איך זיך ניט געפֿוילט און אַ נישטער געטאָן אין אינטערנעץ. עס באַקומט זיך טאַקע, אַז דאָס געהערט אַלץ צו מיטאָלאָגיע, פֿון דעם זעלבן שניט ווי עלילת-דם.
דער געדאַנק וועגן דעם, אַז ייִדן און ציגײַנער האָבן אַ סך בשותּפֿות איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט קיין נײַער. למשל, די געשיכטע פֿונעם חורבן דערמאָנט אונדז וועגן די פּאַראַלעלן אין די היסטאָרישע דאָליעס פֿון די צוויי וואַנדער־פֿעלקער.
פֿרײַטיק זע איך אָפֿט אויף ברײַטאָן-ביטש אַ הײַנטצײַטיקע אילוסטראַציע פֿון דעם שותּפֿות: עס זיצט אַ ציגײַנערטע אַ זאָגערקע בײַ דער טיר פֿון איר „ביוראָ‟, וואַרט אויף בעלנים, און אַנטקעגן איר טיר שטייט אַ טיש פֿון די ליובאַוויטשער ישיבֿה-בחורים, וועלכע באַשעפֿטיקן זיך מיט זייער ערבֿ-שבתדיקער פּראָפּאַגאַנדע. (אַ סבֿרה, אַז קיין געפֿיל פֿון הומאָר אַנטוויקלט מען ניט בײַ זיי אין דער ישיבֿה, ווײַל ווען זיי פֿרעגן בײַ מיר, צי איך בין אַ ייִד, און, ווי אַן ענטפֿער, פֿרעג איך בײַ זיי, צי זיי זײַנען ייִדן, הייבן זיי אָן מיר דערווײַזן, אַז זיי זײַנען טאַקע ייִדן.)
אָבער איך בין אַוועק פֿון דער טעמע פֿון די דאָזיקע נאָטיצן, דהײַנו: אַז ציגײַנער גנבֿענען, כּלומרשט, קינדער. די טעג האָט די אינטערנאַציאָנאַלע נײַעס געבראַכט אַ פּאָר „באַווײַזן‟ פֿון אַזעלכע גנבֿות. קודם-כּל, האָבן מיר זיך דערוווּסט וועגן דעם „בלאָנדן מלאך‟ — אַזוי האָבן די זשורנאַליסטן אָנגערופֿן אַ בלאָנד מיידל, וואָס מע האָט באַמערקט מיט אירע לחלוטין ניט קיין בלאָנדע ציגײַנערשע עלטערן. געשען איז עס אין גריכנלאַנד. די גריכישע פּאָליציי האָט דאָס מיידעלע צוגענומען בײַ די עלטערן, און די עלטערן האָט מען גענומען אויפֿן צימבל, געפֿאָדערט פֿון זיי אַ קלאָרן ענטפֿער: פֿון וואַנען האָט זיך בײַ זיי גענומען אַזאַ אַנדערש-האָריק טעכטערל.
די עלטערן האָבן קיין סוד ניט געמאַכט, אַז דאָס דאָזיקע קינד, וואָס איז פֿיר יאָר אַלט, איז געבוירן געוואָרן בײַ אַנדערע עלטערן, פֿון בולגאַריע, אָבער זיי האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן דאָס מיידל ניט צוגעגנבֿעט. קיינער האָט זיי, אָבער, ניט געגלייבט. דערווײַל זײַנען פֿון דער גאָרער וועלט אַ שיט געטאָן אָנפֿראַגעס פֿון מענטשן, בײַ וועלכע עס זײַנען פֿאַרפֿאַלן געוואָרן זייערע קינדער. דער סוף איז געווען, אַז מע האָט געפֿונען די ביאָלאָגישע עלטערן פֿונעם „בלאָנדן מלאך‟, וואָס הייסט אין דער אמתן מאַריִאַ. זיי זײַנען אויך ציגײַנער, סאַשאַ רוסעוואַ און אַטאַנאַס רוסעוו, וועלכע וווינען אין אַ ציגײַנערישן טאַבאָר (לאַגער) אין דער שטאָט ניקאָלאַיעוואָ.
די רוסעווס האָבן אַכט קינדער, און איינס פֿון זיי האָט דערציילט, אַז די עלטערן האָבן איבערגעלאָזט אין גריכנלאַנד אַ ברעקל קינד. דערצו האָט די מוטער, סאַשאַ רוסעוואַ, זיך באַרימט פֿאַר אירע שכנים, אַז זי האָט באַקומען פֿון דער קניה אַזש 250 יוראָ. און דער שכן איז אַוועק אין דער היגער פּאָליציי און דערציילט דאָרטן וועגן דעם שמועס. דער פּאָליציי האָט רוסעוואַ דערקלערט: „איך האָב אָפּגעגעבן דאָס מיידל, ווײַל איך האָב ניט געהאַט מיט וואָס עס צו האָדעווען, כ’האָב ניט קיין אַרבעט‟. וואָס שייך דאָס געלט, לייקנט זי עס און טענהט, אַז זי האָט דאָס מיידל אָפּגעגעבן אָן געלט, אומזיסט.
בינו-לבינו, האָט מען געפֿונען אַ בלאָנד מיידעלע בײַ די ציגײַנער אין אירלאַנד, אין דאַבלין. און ווידער אַ מאָל האָט זיך אַרום דעם געשאַפֿן אַ שטיקל סקאַנדאַל: אַ גענעטישער טעסט האָט געוויזן, אַז דאָס בלאָנדע מיידל איז טאַקע אַ טאָכטער פֿון אירע ציגײַנערשע עלטערן. וווּ שטייט עס טאַקע געשריבן, אַז אַלע ציגײַנער דאַרפֿן אומבאַדינגט זײַן שוואַרץ-האָריק?
אין דער אמתן, קען מען אויף דער מעשׂה מיט צוגעגנבֿעטע קינדער אַ קוק טאָן פֿון אַן אַנדער זײַט: אין אַ צאָל לענדער פֿלעגט די מלוכה צונעמען קינדער בײַ ציגײַנער, כּדי „מאַכן זיי פֿאַר לײַט‟. אַזוינס איז געווען אין דער שווייץ, ווי אויך אין אייניקע סקאַנדינאַווישע לענדער. אָבער רעדן רעדט מען סײַ-ווי-סײַ וועגן די ציגײַנער, אַז זיי טוען עס, כּדי אַרײַנברענגען „פֿריש בלוט”, אַ גענעטישע באַנײַונג אין זייערע משפּחות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.