פֿרויען בײַם רודער

Women Behind the Wheel


פֿון שבֿע כּהן

Published October 29, 2013, issue of November 22, 2013.

דעם 26טן אָקטאָבער האָבן די סאַודישע פֿרויען פּראָטעסטירט אויף די גאַסן. זיי האָבן נישט מאַרשירט. זיי זענען געפֿאָרן — געפֿירט זייערע אויטאָס.

די קאַמפּאַניע פֿאַר די רעכט פֿון פֿרויען צו זיצן בײַם רודער פֿון אַן אויטאָ האָט זיך אָנגעהויבן ווי אַ רוף אויפֿן פֿייסבוק־זײַטל און אין „יו־טוב‟־קאַנאַל פֿון לוזשיין אַל-האַדלול, אַ יונגע פֿרוי פֿון סאַודיע, וואָס שטודירט אין אויסלאַנד. דאָס מיידל האָט געטענהט, אַז „די מענער, וועלכע פּרוּוון אָפּהאַלטן זייערע פֿרויען פֿון פֿירן אויטאָס, זענען טיראַנען, ווײַל נישט די רעליגיע און נישט די געזעצן פֿאַרווערן עס נישט‟. מען האָט געפֿירט אַן ענלעכע קאַמפּאַניע מיט צוויי יאָר צוריק, און ווי עס זעט אויס, איז יעדער פּראָטעסט — איין טריט פֿאָרויס אויפֿן ריכטיקן וועג.

עס איז אָפֿיציעל נישט אומלעגאַל אין סאַודיע, אַז אַ פֿרוי זאָל פֿירן אַן אויטאָ, אָבער צוליב דער מאַכט פֿון דער „רעליגיעזער פּאָליציי‟, קען אַ פֿרוי ווערן אַרעסטירט, ווײַל זי האָט „צעשטערט די רויִקייט‟. צום בײַשפּיל, מע האָט אַרעסטירט די אַקטיוויסטקע מאַנאַל אַל-שאַריף בשעת די דעמאָנסטראַציעס אין 2011. די אַקטיוויסטן פֿון פֿרויען-רעכט באַמערקן, אַז דאָס וואָס די פֿרויען טאָרן נישט פֿירן קיין אויטאָס, לייגט אַרויף אַ שווערן יאָך אויף די פֿרויען, וועלכע ווילן אַרבעטן, ספּעציעל יתומות אָדער אַלמנות. זיי האָבן נישט קיין נאָענטע קרובֿים וואָס קענען זיי אַרויסהעלפֿן. אַזאַ מצבֿ דריקט בכלל אויף דער עקאָנאָמיע.

נישט געקוקט אויף דער השפּעה פֿון די קאָנסערוואַטיווע, ווערן באַמערקט, קלאָרע סימנים, אַז דער מצבֿ גייט זיך בײַטן. דער איצטיקער מלך אַבדאַלאַ איז באַוווּסט פֿאַר זײַן ליבעראַלקייט, וואָס שייך פֿרויען-רעכט. ער האָט שוין פֿאַרלייגט דעם יסוד אויף עטלעכע איניציאַטיוון, כּדי צו העלפֿן די פֿרויען צו געפֿינען אַרבעט — נישט נאָר פֿאַר די געבילדעטע. דער מלך איז דער איינציקער וואָס האָט די אויטאָריטעט צו הייסן מען זאָל לאָזן די פֿרויען אין אויטאָס צו רו.

די איסלאַמישע אויטאָריטעטן פֿאַרשטייען אויך, אַז פֿרויען וועלן אין גיכן באַקומען די רעכט צו פֿירן אַן אויטאָ. הײַיאָר האָט דער הויפּט-באַאַמטער פֿון דער רעליגיעזער פּאָליציי, שייך אַבדולאַטיף אַל-שייף, בפֿירוש געזאָגט, אַז לויט איסלאַם איז נישט פֿאַרבאָטן אַ פֿרוי זאָל פֿירן אַן אויטאָ. יורי-מיניסטער מוכאַמאַד אַל-איסאַ האָט אַנאָנסירט דאָס זעלבע. ווי די אַקטיוויסטן האָבן שוין באַמערקט, פֿלעגן די פֿרויען פֿון דעם נבֿיא מוכאַמאַד רײַטן אויף פֿערד און קעמלען. נאָר מיט אַ וואָך צוריק האָט דער געוועזענער אימאַם פֿון דעם גרויסן מעטשעט אין מעקאַ, שייך אַדעל קאַלבאַני, פֿאָרויסגעזאָגט, אַז „די ווינטן פֿון לאָזן די פֿרויען צו פֿירן אַן אויטאָ בלאָזן און ווערן שטאַרקער‟.

דאָס פֿאָלק גרייט זיך אויך צו דער ענדערונג. די אָרגאַניזירער פֿונעם פּראָטעסט האָבן געבעטן, אַז נאָר די סאַודישע פֿרויען וואָס האָבן אַ דערלויבעניש פֿון אויסלאַנד, געוויינטלעך, ווײַל זיי האָבן שטודירט, אָדער זייערע מענער האָבן געאַרבעט אין אויסלאַנד, זאָלן זיך באַטייליקן אינעם פּראָטעסט. נישט געקוקט אויף דעם, קען מען שוין זען ווידעאָס אויף „יו־טוב‟ פֿון מענער, וואָס לערנען די פֿרויען אין זייערע משפּחות צו פֿירן אַן אויטאָ. אין איין „קליפּ‟, לערנט אַ מאַן זײַן מאַמע, אין אַ צווייטן — אַ פֿאָטער זײַן טאָכטער. מיט אַ פּאָר טעג צוריק איז אויך געשען אַ טראַגעדיע: אַ 15־יעריק מיידל איז על־פּי־טעות איבערגעפֿאָרן איר פֿעטער, וואָס האָט זי געפּרוּווט לערנען צו פֿירן דעם אויטאָ.

מע קאָן זען אויך ווידעאָס פֿון פֿרויען, וואָס פֿירן אַליין דעם אויטאָ אַרום סאַודיע. צווישן די פֿרויען וואָס וואַרטן נישט קיין ספּעציעלע דערלויבעניש, האָבן נאָר צוויי געהאַט צרות מיט דער פּאָליציי, אָבער זיי זײַנען נישט אַרעסטירט געוואָרן. די ווידעאָס ווײַזן אויך מענער וואָס שטיצן זייערע פֿרויען. דער אינערלעכער מיניסטער האָט געסטראַשעט, אַז ס‘איז פֿאַרווערט צו נוצן דעם פֿייסבוק, „יו־טוב‟, אאַז״וו, כּדי צו אָרגאַניזירן פּראָטעסטן, אָבער דערווײַל איז די סטראַשונקע געבליבן הענגען אין דער לופֿטן — קיין תּכליתדיקע שריט זענען נישט אָנגענומען געוואָרן.

אָבער נישט אַלע שטיצן די סאַודישע פֿרויען. עס האָט אויסגעבראָכן אַ גאַנצער טאַראַראַם, ווען אַ זינגערין פֿון די עמיראַטן, אַכלאַם אַל-שאַמסי, האָט געזאָגט, אַז זי איז קעגן דעם; זי האָט מורא, אַז די פֿרוי קאָן באַשטראָפֿט ווערן בײַם מאַכן אַ טעות אויפֿן וועג, און געבראַכט ווערן אין פּאָליציי, „ווי אַ מאַנספּאַרשוין‟. אַכלאַם האָט אויך פֿריִער דענערווירט דעם ברייטן עולם מיט אירע קאָנסערוואַטיווע דעות, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס זי באַדעקט נישט די האָר און זינגט פֿאַר פֿרעמדע מענער. אַ שייך פֿון סאַודיע האָט אַפֿילו געבעטן זי זאָל „תּשובֿה טאָן‟! דערבײַ פֿירט אַכלאַם אַליין איר אייגענעם אויטאָ.

די דעמאָנסטראַציעס וועלן זיך געוויס ענדיקן, די פּאָליציי וועט אַרעסטירן אַ געוויסע צאָל פֿרויען, און די ווינטן פֿון מידבר וועלן ווײַטער בלאָזן, ברענגענדיק מיט זיך די געגאַרטע פֿרויער־רעכט.