בויענאָס־אײַרעס. — ווען ראַבינער סערזשיאָ בערגמאַן וועט אין דעצעמבער אײַנגעשוווירן ווערן ווי אַ נײַער מיטגליד פֿונעם נידעריקן הויז בײַם אַרגענטינער פּאַרלאַמענט, וועט ער ניצן אַ חומש, אַנשטאָט דער קריסטלעכער ביבל, וואָס די אַנדערע מיטגלידער ניצן.
בערגמאַן, וואָס זײַן פּאַרטיי PRO האָט געוווּנען 34.5% אין די פּאַרלאַמענטאַרע וואַלן זונטיק, איז דער איינציקער ראַבינער אין אַ נאַציאָנאַלן פּאַרלאַמענט, מחוץ ישׂראל.
אויסגעשולט אין ביאָכעמיע און פֿאַרמאַקאָלאָגיע, האָט בערגמאַן פֿאַרלאָזט זײַן שטעלע בײַ דער ריזיקער דײַטשישער פֿירמע „בערינזשער אינגלהײַם‟, נאָך דעם ווי זײַן פֿרוי, גבריאלה, האָט אים געמוטיקט צו לערנען אויף ראַבינער.
„אויב דו זעסט, אַז דאָס לעבן פֿון אַ ראַבינער פּאַסט דיר נישט, קענסטו זיך תּמיד אומקערן צו פֿאַרמאַקאָלאָגיע,‟ האָט זי אים געעצהט. „כ׳וויל פּשוט נישט, אַז צו פֿערציק יאָר זאָלסטו פּלוצלינג באַמערקן, אַז דו ביסט אומגליקלעך מיט דײַן לעבן.‟
הײַנט, ווי אַן 51־יאָריקער טאַטע פֿון פֿיר קינדער, איז דער ליבעראַלער ראַבינער אויך דער מחבר פֿון פֿינף ביכער; דער גרינדער פֿון אַ צאָל ייִדישע שולן און פּעדאַגאָגישע פּראָיעקטן, אַרײַנגערעכנט אַ האָמאָסעקסועלער אַליאַנץ און אַ פֿאַרם; און דעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ האָט ער געוווּנען דעם „מיכה־פּריז‟ פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג פֿאַר זײַן איבערגעגעבנקייט צו סאָציאַלער גערעכטיקייט.
בערגמאַן איז אויך באַקאַנט פֿאַר זײַן אַקטיוויזם אינעם פֿאַרבעסערן די באַציִונגען צווישן די ייִדן און קריסטן. דער פּויפּסט פֿראַנציס, וועלכער האָט פֿריִער געדינט ווי דער אַרציביסקופּ פֿון בוענאָס־אײַרעס, האָט אין דער הקדמה פֿון בערגמאַנס בוך, „אַרגענטינער בירגער‟ (2008) געשריבן, אַז דער ראַבינער איז „אַן אינספּיראַציע‟.
אין 2011 האָט זיך אָנגעהויבן בערגמאַנס פּאָליטישע קאַריערע, ווען דער בירגערמײַסטער פֿון בוענאָס־אײַרעס, מאָריסיאָ מאַקרי, האָט אים באַשטימט ווי דער הויפּט־קאַנדידאַט פֿון דער PRO־פּאַרטיי אין די מוניציפּאַלע וואַלן, און בערגמאַן האָט טאַקע געוווּנען. ווי אַ געזעץ־געבער, האָט ער געניצט אומגעוויינטלעכע מיטלען גרינגער צו מאַכן די שפּאַנונג אין דער שטאָט: אָרגאַניזירט אַ טאָג פֿון מעדיטאַציע פֿאַר די אָנגעשטעלטע, און אַרײַנגעשטעלט אַ קאָקאָשעס־מאַכער אין זײַן ביוראָ.
במשך פֿון זײַן פּאָליטישער קאַריערע, האָט בערגמאַן נישט באַהאַלטן זײַן ייִדישע אידענטיטעט. ער טראָגט עפֿנטלעך אַ פֿילפֿאַרביקע יאַרמלקע, און באַצירט זײַנע רעדעס מיט אָנצוהערענישן פֿון תּנ״ך, ווי, למשל, „לאָמיר בויען דאָס הייליקע לאַנד אין דער שטאָט פֿון בוענאָס־אײַרעס, כּדי צו אַנטוויקלען דאָס צוגעזאָגטע לאַנד פֿון אַרגענטינע‟.
אין די וואַלן פֿון 2011 האָט ער פֿאַרלאַנגט, אַז אויף דער וואַל־ליסטע זאָל מען אים באַצייכענען ווי ראַבינער סערזשיאָ בערגמאַן. זײַנע קעגנער האָבן פּראָטעסטירט, און אַ געריכט האָט צום סוף געפּסקנט, אַז עס פּאַסט טאַקע נישט. אָבער אין אַ לאַנד, וואָס האָט זיך באַפֿרײַט פֿון דיקטאַטור מיט בלויז 30 יאָר צוריק, איז דער פּסק פֿונעם געריכט דווקא אַ סימן פֿון עכטער דעמאָקראַטיע.
„איך בין מסכּים, אַז מע דאַרף אָפּטיילן די קירך פֿון דער מלוכה, אָבער גלײַכצײַטיק האַלט איך, אַז מע דאַרף אײַנפֿירן גוטע מידות אין דער פּאָליטישער וועלט,‟ האָט ער דערקלערט.
בערגמאַן זאָרגט זיך בכלל נישט וועגן זײַן עפֿנטלעכער איבערגעגעבנקייט צו יהדות אין אַ קהילה, וואָס לעבט נאָך אינעם שאָטן פֿונעם אַטאַק אויפֿן AMIA־ייִדישן צענטער אין 1994, וואָס האָט אומגעבראַכט 84 מענטשן און פֿאַרוווּנדיקט הונדערטער אַנדערע. „מע קריטיקירט מיך פֿאַר אַ סך זאַכן — אַז איך בין צו רעכט־געשטימט, אָדער אַז איך פֿאָדער צו־שטרענגע געזעצן — אָבער נישט פֿאַר דעם וואָס איך בין אַ ייִד,‟ האָט ער געזאָגט. „אויב עמעצער אַטאַקירט מיך יאָ פֿאַר זײַן אַ ראַבינער, זענען מײַנע ערשטע פֿאַרטיידיקער דווקא נישט־ייִדן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.