װעגן סודות פֿאַרגעסענע און געפֿעלשטע

Secrets Forgotten and Falsified


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published November 03, 2013, issue of November 22, 2013.

דער ראָמאַן פֿון דער אוקראַיִנישער שרײַבערין אָקסאַנאַ זאַבוזשקאָ „מוזײ פֿון פֿאַרװאָרפֿענע סודות‟, װאָס איז אַרױס אױף אוקראַיִניש מיט דרײַ יאָר צוריק און איז שוין איבערגעזעצט געװאָרן אױף עטלעכע שפּראַכן, האָט באַקומען אַ סך שבֿחים. מען האַלט דאָס בוך פֿאַרן בעסטן װערק פֿון דער פּאָסט–סאָװעטישער אוקראַיִנישער ליטעראַטור, װאָס מאָלט אַ ברײט בילד פֿון פֿאַרשידענע תּקופֿות און סאָציאַלע שיכטן אין אוקראַיִנע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.

זאַבוזשקאָ איז באמת אַ באַגאַבטע שרײַבערין, װאָס קאָן בױען אַ פֿאַרכאַפּנדיקן סיפּור־המעשׂה, שילדערן לעבעדיקע כאַראַקטערן און אַרײַנפֿלעכטן יחידישע לעבנס־געשיכטעס אינעם גרױסן היסטאָרישן לײַװנט. דערצו איז זי אויך אַ גרױסע מײַסטערין פֿון זאַפֿטיקע עראָטישע עפּיזאָדן, װאָס װערן געשילדערט מיט אַ פֿעמיניסטישן בײַטעם.

מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק האָט דער ראָמאַן באַקומען אַ בכּבֿודיקע פּױלישע פּרעמיע „אַנגעלוס‟. די ריכטער פֿון דער פּרעמיע האָבן ספּעציעל באַטאָנט די קינסטלערישע גלױבװירדיקײט פֿון זאַבוזשקאָס פּראָזע, די לעבעדיקע רעקאָנסטרוקציע פֿונעם היסטאָרישן הינטערגרונט, דעם עמאָציאָנעלן ברען פֿון איר סטיל. אַ סבֿרה, אַז דער דאָזיקער ראָמאַן װעט לאַנגע יאָרן דינען װי אַ מין פּאָפּולערע מאָדערנע געשיכטע פֿון אוקראַיִנע, אַזױ װי טאָלסטויס „מלחמה און שלום‟ דינט עד־היום, װי אַ פּאָפּולערע געשיכטע פֿון דער רוסישער מלחמה קעגן נאַפּאָלעאָן.

דער פֿאַרגלײַך מיט טאָלסטוי מעג אױסזען װי אַ גוזמא, אָבער זאַבוזשקאָס כּװנה איז אַן ענלעכע. אַזױ װי טאָלסטוי האָט געשאַפֿן אַ נײַעם נאַציאָנאַלן רוסישן מלחמה־מיטאָס, איז זאַבאָזשקאָ אױך געװען אױסן צו פֿאַרלעגן דעם יסוד פֿאַר דער מיטאָלאָגיע פֿון אומאָפּהענגיקער אוקראַיִנע. די טעמע פֿונעם נאַציאָנאַלן באַפֿרײַונג־קאַמף פֿאַרנעמט אינעם ראָמאַן אַ צענטראַל אָרט, און אַלע יחידישע גורלות זײַנען אַזױ אָדער אַנדערש צוגעבונדן צו דער דאָזיקער טעמע. דער הױפּטהעלד איז אַ מיטגליד פֿון דער אוקראַיִנישער אױפֿשטאַנד־אַרמײ („אופּאַ‟), דער נאַציאָנאַליסטישער אָרגאַניזאַציע, װאָס איר ציל איז געװען צו שאַפֿן אַן אומאָפּהענגיקע אוקראַיִנישע מלוכה.

אין דער נײַער נאַציאָנאַלער היסטאָרישער מיטאָלאָגיע שפּילט אָט די אַרמײ אַ װיכטיקע ראָלע, הגם די אָפּשאַצונגען פֿון זײער טעטיקײט זײַנען ביז גאָר פֿאַרשידענע. פֿאַר זאַבוזשקאָ, װי אױך פֿאַר דער נאַציאָנאַליסטיש־געשטימטער אינטעליגענץ, זײַנען זײ העלדן, װאָס זײַנען אומגעקומען על־קידוש אוקראַיִנע. אָבער כּדי צו באַרעכטיקן דעם דאָזיקע נוסח פֿון געשיכטע, דאַרף מען אַזױ אָדער אַנדערש פֿאַרגלעטן אַ היפּש ביסל פּראָבלעמאַטישע עפּיזאָדן. דװקא דאָ שטעקט די אידעאָלאָגישע כּיוון פֿונעם ראָמאַן.

עס איז שוין אַ פֿעסטגעשטעלטער פֿאַקט — הגם די נאַציאָנאַליסטישע אוקראַיִנישע היסטאָריקער לײקענען עס אָפּ — אַז די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטישע אָרגאַניזאַציעס האָבן מיטגעהאָלפֿן די נאַציסטן אומצוברענגען ייִדן. אין זײער פּאָליטישער פּראָגראַם האָבן זײ ספּעציעל באַטאָנט, אַז אוקראַיִנע האָט ניט קײן אָרט פֿאַר אַנדערע פֿעלקער, קודם־כּל, פּאָליאַקן, רוסן און ייִדן. אמת, ניט די ייִדן זײַנען געװען זײערע הױפּט־שׂונאים; די ייִדן האָבן דאָך ניט פֿאַרמאָגט קײן אייגענעם פּאָליטישן אָדער מיליטערישן כּוח, דערצו האָבן די דײַטשן סײַ װי „געלײזט‟ די ייִדישע פֿראַגע זײער עפֿעקטיװ.

די ליבע צװישן די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן און די דײַטשן האָט ניט געדױערט לאַנג. באַלד נאָך דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿון אוקראַיִנע איז געװאָרן קלאָר, אַז היטלער װעט ניט דערלאָזן קײן אוקראַיִנישע מלוכה. די „אופּאַ‟ איז אַװעק אין די װעלדער און האָט אָנגעהױבן אַ מלחמה קעגן אַלע — דײַטשן, פּױלישע און סאָװעטישע פּאַרטיזאַנער, און שפּעטער — קעגן דער רױטער אַרמײ. װי עפֿעקטיװ איז געװען דער דאָזיקער קאַמף, און װי פּראַקטיש זײַנען געװען זײערע צילן, איז אַ פֿראַגע, װאָס קײנער פֿרעגט זי ניט. עס איז אָבער קלאָר, אַז די צאָל פֿון אומשולדיקע קרבנות איז געװען זײער הױך.

גלײַך נאָך דער מלחמה האָבן די געבליבענע מיטגלידער פֿון „אופּאַ‟ זיך גענומען רײנװאַשן זײער געשיכטע. איצט זײַנען זײ געװאָרן „ניצלעכע מיטהעלפֿער פֿון דער מערבֿדיקער זײַט‟ אין דער קאַלטער מלחמה. זײ האָבן זיך פֿאַרשטעלט שיִער ניט װי „חסידי־אומות־העולם‟, װאָס האָבן געראַטעװעט ייִדן פֿונעם חורבן. אמת, אַ צאָל ייִדן, בפֿרט די מעדיקער און בעל־מלאכות, זײַנען טאַקע יאָ געװען צװישן די פּאַרטיזאַנען פֿון „אופּאַ‟ אין 1942־1943, װײַל מען האָט זיך שטאַרק גענײטיקט אין זײער פֿאַך. אָבער װען די רױטע אַרמײ איז צוגעקומען נענטער, האָט מען באַשלאָסן די דאָזיקע ייִדן אויסהרגענען.

צװישן די מאַטעריאַלן, װאָס זײַנען אױפֿגעשװוּמען אין די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטישע קרײַזן אין די 1950ער יאָרן, איז געװען אַ טאָגבוך פֿון אַ ייִדישער פֿרױ מיטן נאָמען סטעלאַ קרענצבאַך, װאָס איז כּלומרשט געװען אַ מעדיקער בײַ די אוקראַיִנישע פּאַרטיזאַנען. ס‘רובֿ היסטאָריקער האַלטן, אַז דאָס איז אַ פֿעלשונג, װײַל קײן שפּורן פֿון דער דאָזיקער פֿרױ זײַנען אין ערגעץ ניטאָ.

אָבער איצט באַװײַזט זי זיך װידער װי אַ גילגול אױף די זײַטן פֿון זאַבוזשקאָס ראָמאַן אונטערן נאָמען רחל, אַ געליבטע פֿונעם אוקראַיִנישן גיבור, װאָס האָט זי געראַטעװעט פֿון דער פּשעמישלער געטאָ. די ייִדן אינעם ראָמאַן זײַנען צעטײלט אױף „גוטע‟, װאָס שטיצן די „אופּאַ‟, און „שלעכטע‟, װאָס דינען די מאָסקװער אָקופּאַנטן. אָבער די עכטע רשעים זײַנען די פּאָליאַקן און רוסישע „מאָסקאַלן‟. דאָ מאַכט זאַבוזשקאָ ניט קײן פּשרה. די בלוטיקע שחיטה פֿון פּאָליאַקן, װאָס די „אופּאַ‟ האָט אױסגעפֿירט אין װאָלין אין 1943, װערט געשילדערט װי אַ יושרדיקע נקמה פֿאַר די יסורים, וואָס די אוקראַיִנער האָבן געליטן אין פּױלן פֿאַר דער מלחמה.

אַזױ אַרום שאַפֿט זיך אַ נײַער נאַציאָנאַלער מיטאָס פֿון אוקראַיִנע, װוּ די ייִדן װערן פֿאָרגעשטעלט װי גוטע, הגם ניט זײער געטרײַע, פֿרײַנד פֿון אוקראַיִנע, בעת די הױפּט–שׂונאים זײַנען די פּאָליאַקן און די רוסן. עס פֿרעגט זיך, פֿונעם רײן פּראַקטישן שטאַנדפּונקט, װער דאַרף אַזאַ מין מיטאָס הײַנט? אוקראַיִנע זוכט אַ װעג אין אײראָפּע, און דער דאָזיקער װעג פֿירט דורך פּױלן. עס איז מערקװירדיק, אַז דער פּױלישער עולם האָט אַרױסגעװיזן אַ זעלטענע טאָלעראַנץ צו דעם אױסגעשפּראָכענעם אַנטי־פּױלישן ראָמאַן. בלױז אײן שטים איז געװען קעגן: פּראָפֿעסאָר גרשעגאָרש מאָטיקאַ, דער מומחה פֿון דער אוקראַיִנישער געשיכטע, האָט געטענהט, אַז היסטאָריש איז דער ראָמאַן אַ געפֿעלשטער.