נישט לאַנג צוריק, האָט פּאָל מאַק׳קאַרטני, דער לעגענדאַרער מוזיקאַנט פֿון „ביטלז‟, אַרויסגעלאָזט זײַן נײַעם אַלבאָם פֿון אָריגינעלער ראָק־מוזיק מיטן נאָמען „New‟. זײַן פֿריִערדיקער אַלבאָם, „Memory Almost Full‟, איז אַרויס אין 2007. דער 71־יאָריקער מוזיקאַנט איז באַקאַנט מיט זײַן ליבשאַפֿט צו ייִדן און מיט כּלערליי ייִדישע פֿאַרבינדונגען — פֿון מיטשאַפֿער און געשעפֿט־שותּפֿים, ביז אינטימע חבֿרטעס און ווײַבער. דער מיטפּראָדוסער פֿונעם נײַעם אַלבאָם, מאַרק ראָנסאָן, שטאַמט פֿון דער ייִדישער משפּחה אַהרנסאָן. אינעם יאָר 2011, גלײַך נאָך יום־כּיפּור, האָט מאַק׳קאַרטי חתונה געהאַט מיט זײַן דריטער פֿרוי, נענסי שעוועל. ראָנסאָן האָט אַראַנזשירט די מוזיק אויף זייער חתונה; זינט דעמאָלט, האָט ער אָנגעהויבן אַרבעטן בשותּפֿות מיטן באַרימטן „ביטלז‟־מוזיקאַנט.
פֿאַר דער חתונה, זענען חתן־כּלה געגאַנגען דאַוונען יום־כּיפּור אין אַ ליבעראַלער שיל, וואָס געפֿינט זיך אינעם לאָנדאָנער ראַיאָן „סיינט דזשאָנס וווּדס‟, נישט ווײַט פֿון מאַק׳קאַרטניס היים און דער סטודיע, וווּ „ביטלז‟ האָבן רעקאָרדירט ס׳רובֿ זייערע לידער. מע גיט איבער, אַז בעת דער חתונה, האָט מאַק׳קאַרטני אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס זיך מגייר צו זײַן. דערווײַל האָט ער עס אָבער נאָך נישט געטאָן.
מאַק׳קאַרטניס ערשטע פֿרוי, לינדאַ איסטמאַן, איז אויך געווען אַ ייִדישע — געבוירן אין ניו־יאָרק אין אַ משפּחה פֿון רוסישע ייִדן־אימיגראַנטן. איר מאַמעס טאַטע, מאַקס לינדנער, האָט געגרינדעט דאָס גרעסטע קליידער־געשעפֿט פֿאַר פֿרויען אין קליוולענד, שטאַט אָהײַאָ, וווּ ער איז געווען באַקאַנט ווי אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און אַ גרויסער קהילה־שטיצער.
פּאָל מאַק׳קאַרטני און לינדאַ איסטמאַן האָבן חתונה געהאַט אינעם יאָר 1969, און האָבן געלעבט צוזאַמען ביז 1998, ווען זי איז געשטאָרבן פֿון ברוסט־ראַק. זי האָט געהאָלפֿן דעם מאַן צו שאַפֿן עטלעכע אַלבאָמען. איר טאַטע, לי איסטמאַן, האָט אָנגעפֿירט מיט די געשעפֿט־ענינים פֿון „ביטלז‟ נאָכן טויט פֿונעם פֿאָריקן פֿאַרוואַלטער — ברײַען עפּשטיין, אויך אַ ייִד. דזשאָן לענאָן, דער אַנדערער באַרימטער מיטגליד פֿון דער גרופּע, האָט געוואָלט אײַנשטעלן אויף דער דאָזיקער פּאָזיציע אַן אַנדער ייִד, אַלען קלײַן פֿון „ראָלינג סטאָונס‟. דאָס מחלוקת איבער דער פֿאַרוואַלטונג איז געווען איינער פֿון די הויפּט־פֿאַקטאָרן, צוליב וועלכע די גרופּע איז זיך צעפֿאַלן.
פֿאַר דער חתונה מיט לינדאַ איסטמאַן, האָט מאַק׳קאַרטני זיך געחבֿרט מיט דער 23־יאָריקער ייִדישער סצענאַריסטקע פֿרענסי שוואַרץ. ער איז דעמאָלט געווען פֿאַרקנסט מיט דער ענגלישער אַקטריסע דזשיין אַשער. מע דערציילט, אַז ווען מאַק׳קאַרטני האָט געאַרבעט איבער זײַן „ווײַסן אַלבום‟, האָט זײַן כּלה זיך אומדערוואַרט אומגעקערט פֿון אינדיע, און געכאַפּט דעם חחן אין בעט מיט זײַן געליבטער; אַשער האָט זיך מיט אים צעקריגט, און מאַק׳קאַרטני איז שפּעטער אַוועק פֿון שוואַרץ צו איסטמאַן.
מאַק׳קאַרטני איז נישט דער איינציקער מיטגליד פֿון דער גרופּע, וואָס האָט חתונה געהאַט מיט אַ ייִדישער פֿרוי. דער פּויקער רינגאָ סטאַר האָט חתונה געהאַט מיט דער „פּלייבוי‟־מאָדעלקע באַרבאַראַ גאָלדבאַך, באַקאַנט ווי באַרבאַראַ באַך, אַ געבוירענע אין קווינס. נישט לאַנג צוריק האָט דאָס פּאָרפֿאָלק געפּראַוועט 32 יאָר פֿון זייער זיווג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.