דאָס געפֿינען אַ זאַמלונג פֿון בילדער אין אַ פֿאַרשימטלן מינכענער סקלאַד — אַרײַנגערעכנט אַ סך ווערק, וואָס די נאַציס האָבן באַטראַכט ווי „דעגענעראַטיווע‟ — האָט אַרויסגערופֿן אַ סענסאַציע צווישן די קונסט־קענער. אַרום 1,500 קונסט־ווערק האָבן זיך געוואַלגערט בײַ אַן אַלטן מאַן, וועלכער האָט פֿאַרקויפֿט אַ טייל פֿון זיי צוליב פּערזענלעכע הוצאות.
אין דער פּלוצעם־אַנטדעקטער קאָלעקציע, וואָס קאָן האָבן אַ ווערט פֿון עטלעכע מיליאַרד דאָלאַר, זענען פֿאַראַן שאַפֿונגען פֿון אַ סך באַרימטע מאָלער, אַרײַנגערעכנט פּאַבלאָ פּיקאַסאָ, מאַקס בעקמאַן, מאַרק שאַגאַל, עמיל נאָלדע, ערנסט לודוויג קירכנער, פּאַול קלעע און אַנרי מאַטיס. דער מינכענער זשורנאַל „פֿאָקוס‟ איז זיך משער, אַז די נאַציס האָבן צוגעגנבֿעט די בילדער בײַ ייִדן אָדער דערקלערט זיי ווי „דעגענעראַטיווע‟. אַ קונסט־היסטאָריקער פֿאָרשט איצט די קאָלעקציע.
מע גיט איבער, אַז אַ געוויסער הענדלער, מיטן נאָמען „הילדעבראַנד ג.‟, האָט צונויפֿגעקליבן די קונסט־ווערק אין די 1930ער־1940ער יאָרן. זײַן זון, אָנגערופֿן אין דער פּרעסע קאָרנעליוס גורליט, האָט זיי במשך פֿון 50 יאָר געהאַלטן אין אַ פֿינצטערן סקלאַד־צימער בײַ זיך אין שטוב. לויט דעם זשורנאַל, האָט די צאָל־אַמט אַנטדעקט עטלעכע סענסאַציאָנעלע בילדער מיט צוויי יאָר צוריק, און אָנגעהויבן שטילערהייט אַן אויספֿאָרשונג, וועלכע האָט געבראַכט צו דעם בעל־הבית פֿון דעם סקלאַד, וועלכער ווערט איצט פֿאַרדעכטיקט אינעם נישט באַצאָלן די שטײַערן.
„פֿאָקוס‟ האָט איבערגעגעבן, אַז אַפֿילו נאָך דער אָבלאַווע, האָט דער בעל־הבית זיך געפֿונען אַן עצה צו פֿאַרקויפֿן אַ בילד פֿון מאַקס בעקמאַן אויף אַ ליציטאַציע פֿאַר מער ווי אַ מיליאָן דאָלאַר. איצט, ווערן די קונסט־ווערק אָפּגעהיט אין אַ פֿאַרזיכערטן סקלאַד פֿונעם צאָל־אַמט. דיטער גראַומאַן, דער ראָש פֿונעם דײַטשישן „צענטראַלן ייִדישן ראַט‟, האָט אויסגעדריקט אַ האָפֿענונג, אַז אין גיכן וועט מען קאָנען אויסגעפֿינען, צי עס זענען נאָך געבליבן לעגיטימע יורשים פֿון די אַנטדעקטע קונסט־ווערק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.