דעם איצטיקן זומער איז אינעם נײַעם מאָסקװער מוזײ פֿון מולטי־מעדיום אַרט פֿאָרגעקומען אַן אינטערעסאַנטע אױסשטעלונג פֿונעם קינסטלער גריגאָרי מאַיאָפֿיס.
מאַיאָפֿיס קומט פֿונעם סאַמע שענסטן קינסטלערישן ייִחוס. ער איז געבױרן געװאָרן אין לענינגראַד אין 1970 אין אַ באַקאַנטער משפּחה. זײַן פֿאָטער איז געװען אַ באַרימטער גראַפֿיקער, און זײַן זײדע און באָבע זײַנען געװען פּראָמינענטע סאָװעטישע אַרכיטעקטן. גריגאָרי האָט לכתּחילה שטודירט צװײ יאָר אין דער לענינגראַדער קונסט־אַקאַדעמיע, און דערנאָך איז ער אַװעקגעפֿאָרן קײן לאָס–אַנדזשעלעס. דאָרט האָט ער זיך אַרײַנגעטאָן אין דער אַמעריקאַנער קינסטלערישער סבֿיבֿה. אָבער אין 1996 האָט ער זיך אומגעקערט קײן פּעטערבורג, און זינט דאַן לעבט ער צװישן צװײ װעלטן, רוסלאַנד און אַמעריקע.
זײַן קונסט איז זײער מאָדערן, אָבער די טעכניק, װאָס ער נוצט, איז בכּיװן אַלטמאָדיש. אין דער קונסט־אַקאַדעמיע האָט ער זיך אױסגעלערנט די קלאַסישע מלאכות פֿון גראַפֿיק און מאָלערײַ, אָבער אין אַמעריקע האָט ער זיך גענומען צו פֿאָטאָגראַפֿיע. צוערשט, איז דאָס געװען די הײַנטצײַטיקע דיגיטאַלע טעכנאָלאָגיע, הגם מיט דער צײַט האָט ער באַהערשט די עלטערע שװאַרץ־װײַסע טעכניק פֿון אַנטװיקלען און אָפּדרוקן אױף פֿאַרשידענע מינים פּאַפּיר. די דאָזיקע װערק זײַנע זײַנען ניט קײן געװײנטלעכע פֿאָטאָגראַפֿיעס; מאַיאָפֿיס שאַפֿט געקינצלטע סוררעאַליסטישע מאָנטאַזשן, װאָס ברענגען צונױף פֿאָטאָגראַפֿישע און גראַפֿישע אימאַזשן מיטן טעקסט.
די אױפֿשריפֿטן שפּילן אַ װיכטיקע ראָלע אין מאַיאָפֿיסעס קאָמפּאָזיציעס. אָפֿטמאָל זײַנען דאָס באַקאַנטע שפּריכװערטער אױף רוסיש, ענגליש, און צומאָל ייִדיש. אױף דער אױסשטעלונג האָט מען פֿאָרגעשטעלט אַ סעריע בילדער מיט אַ בער. דעם דאָזיקן פֿיר־הונדערט–פֿונטיקן בער האָט מען צו אים לעבעדיקערהײט געבראַכט אין זײַן פּעטערבורגער סטודיע, אין אײנעם מיטן צירקוס־צאַמער. פֿון דעם איז אַרױס אַ גאַנצע „בערן־סעריע‟, װוּ דער בער באַװײַזט זיך אין פֿאַרשידענע פּאָזיציעס און סיטואַציעס. ער לײענט לענינס װערק, טאַנצט מיט אַ באַלערינע, שפּילט פּיאַנע, אָדער סתּם זיצט אױף אַ בעט לעבן אַ מײדל. יעדעס בילד אילוסטרירט אַ שפּריכװאָרט אָדער אַ באַקאַנטע פֿראַזע. דאָס בילד פֿונעם בער מיט דער באַלערינע טראָגט אַן אונטערשריפֿט אױף ייִדיש: „מיט דער צײַט לערנט מען אַ בער אױך אױס טאַנצן‟.
אײניקע רוסישע קריטיקער האַלטן, אַז די דאָזיקע בערן־געשטאַלטן פֿאַרקערפּערן, אױף אַן איראָניש־סימבאָלישן אופֿן, די רוסישע אידעע. דער בער דינט אױך װי אַ סימבאָל פֿון דער פֿירנדיקער רוסישער פּאָליטישער פּאַרטײ „דאָס געאייניקטע רוסלאַנד‟. אָבער דער בער קאָן אױך באַטײַטן די חייִשע טבֿע פֿונעם מענטש, װאָס באַהאַלט זיך הינטער דער אויבערפֿלעכלעכער פֿאַנירונג פֿון ציװיליזאַציע און קולטור. חוץ דעם, פֿאַרנעמט דער בער אױך אַ חשובֿ אָרט אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און דיכטונג, װי למשל, דער נסתּרס קינדער־ליד „אַ מעשׂה מיטן בער‟.
אין אַנדערע סעריעס נוצט דער קינסטלער אַ מאַלפּע, װאָס זעט אױס װי אַ שאַרפֿע סאַטירע אױף מענטשן. די דאָזיקע מאַלפּע שטימט אין פּאָליטישע װאַלן, מאָלט בילדער, דיריגירט מיטן אָרקעסטער. מאַיאָפֿיס האָט מײַסטעריש באַהערשט פֿאַרשידענע כּלים און טעכנישע מכשירים פֿון דער אַלטער פֿאָטאָגראַפֿישער קונסט. ער קאָן נאָכמאַכן ניט נאָר די טעכניק, אָבער אױך דעם סטיל פֿון אַמאָליקע ספּעציעל אַראַנזשירטע סטודיע־אױפֿנאַמעס.
אין לענינגראַד איז ער אױפֿגעװאַקסן אין דער געדיכטער אַטמאָספֿער פֿון דער הױכער קולטור מיט אירע שטרענגע כּללים און פֿעסטגעשטעלטע השׂגות װעגן שײנקײט, און איצט לאָזט ער זיך מאַכן חוזק דערפֿון. זײַן שפּילעװדיקער כּוח־הדמיון שעפּט אינספּיראַציע פֿון די ריזיקע אוצרות פֿון װעלטקונסט, װאָס ער האָט אײַנגעזאַפּט אין דער קינדהײט. דערבײַ אָבער שטױסט ער זיך אָפּ אי פֿון דער סטאַטעטשנער ערנסטקײט פֿון סאָװעטישן סטיל אין דער סטאַליניסטישער תּקופֿה, אי פֿונעם דיסידענטישן סטיל פֿונעם קינסטלערישן אונטערגרונט אין די 1970ער יאָרן.
די צונױפֿשמעלצונג פֿון פֿאַרשידענע קינסטלערישע טעכניקעס, זשאַנערס און מאַטעריאַלן שאַפֿט אַן עפֿעקט, װאָס אײן קריטיקער האָט אָנגערופֿן „היפּער־סוררעאַליזם‟. אָבער די קאָמפּליצירטע פּאָסט–מאָדערנע קונסטשפּראַך, מיט װעלכער מאַיאָפֿיס רעדט צו זײַן צושױער, דינט אַ גאַנץ פּשוטן ציל. װען מען באַטראַכט זײַנע געשטאַלטן, װערט קלאָר, װאָס דער קינסטלער איז אױסן. זײַנע װערק זײַנען אַ מין שפּיגל, װוּ מען זעט ניט בלויז דעם אײגענעם פּאָרטרעט פֿון זיך װי אַ יחיד, נאָר אױך די אָפּשפּיגלונגען פֿון כּלערלײ חלומות, באַגערן, און פּחד פֿון דער גאַנצער מאָדערנער מענטשהײט. פֿון די דאָזיקער אַבסורדע, נאַרישע, חייִשע געשטאַלטן קוקט אַרױס דער פּשוטער פּרצוף פֿון אונדזער צײַט, װאָס איז ניט זײער אַנדערש פֿון אַלע אַנדערע תּקופֿות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.