וואַשינגטאָן (ייִט״אַ). — די אַמעריקאַנער שאַצן הויך די אַליאַנץ צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל, אָבער זענען נישט גרייט, אַז אַמעריקע זאָל שפּילן אַן אַקטיווע ראָלע אין אַ פּאָטענציעלן קאָנפֿליקט מיט איראַן, לויט אַן אַנקעטע פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע‟.
אויף דער פֿראַגע, צי קאָן אַמעריקע זיך פֿאַרלאָזן אויף ישׂראל ווי „אַ געטרײַע אַליִיִרטע‟, האָבן 76% פֿון די באַטייליקטע געזאָגט, אַז יאָ, און 17% — אַז ניין.
זיי האָבן אויך אויסגעדריקט אַ מער פּאָזיטיווע שטעלונג צו ישׂראל ווי צו די פּאַלעסטינער, 48% קעגן 16%, און האָבן באַצייכנט ישׂראל ווי „אַ נאָענטע אַליִיִרטע‟ אַ סך מער ווי די אַנדערע לענדער אין מיטעלן מיזרח: 44% האָבן געזאָגט, אַז ישׂראל איז אַ נאָענטע אַליִיִרטע, בעת בלויז 14% האָבן דאָס געזאָגט וועגן טערקײַ, און 8% — וועגן עגיפּטן.
וואָס שייך איראַן, האָבן 81% געזאָגט, אַז זיי געטרויען נישט דעם לאַנד, און 74% האָבן באַטאָנט, אַז ס׳איז „מסתּמא נישט אמת‟, אַז איראַן איז גרייט אָפּצושטעלן איר אַנטוויקלונג פֿון נוקלעאַר געווער.
פֿון דעסטוועגן, האָבן די באַטייליקטע אויסגעדריקט אומזיכערקייט וועגן דעם, צי די פֿאַראייניקטע שטאַטן זאָל ווערן מיליטעריש פֿאַרמישט מיט איראַן. 50% האָבן געזאָגט, אַז אַ מיליטערישער כּוח זאָל זײַן בלויז איינע פֿון די אָפּציעס צו פֿאַרהיטן איראַנס אַנטוויקלען נוקלעאַרע וואָפֿנס, און 41% האָבן זיך אין גאַנצן אַנטקעגנגעשטעלט אַזאַ אָפּציע.
אויף דער פֿראַגע, וואָס זאָל זײַן די אַמעריקאַנער שטעלונג, טאָמער וועט ישׂראל אַטאַקירן איראַן, האָבן 48% געזאָגט, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן זאָל בלײַבן נייטראַל; 40% האָבן געזאָגט, אַז אַמעריקע מוז שטיצן ישׂראל, און 9% — אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן דאַרף זיך קעגנשטעלן אַ ישׂראלדיקן אַטאַק.
„ווי מיר האָבן שוין פֿריִער געזען, ווילן די אַמעריקאַנער, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן זאָל שפּילן אַ קלענערע ראָלע אינעם מיטעלן מיזרח — אַ פּאָזיציע, וואָס איז נישט פֿאַרבונדן מיט נעגאַטיווע געפֿילן צו ישׂראל, אָבער וואָס קאָן ברענגען נעגאַטיווע רעזולטאַטן פֿאַר דער ייִדישער מדינה,‟ האָט דערקלערט דער נאַציאָנאַלער דירעקטאָר פֿון דער „איי־די־על‟, אייב פֿאַקסמאַן.
די רעזולטאַטן פֿון דער אַנקעטע, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן דורך Martilla Strategies, זענען געמאַכט געוואָרן אויפֿן סמך פֿון טעלעפֿאָנישע שמועסן מיט 1,200 דערוואַקסענע צווישן דעם 12טן און דעם 22סטן אָקטאָבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.