אַז מע טרעט אָן אױף דער רײַזע־גראַבליע, בלײַבט לײַכטן דער בײַל אױפֿן שטערן אױף אײביק, באַזונדערש בײַ יענע, װעלכע זײַנען געבױרן געװאָרן בעת אַ רײַזע, אונטער װעגנס. מיט יאָרן צוריק האָט מענדעלע מוכר־ספֿרים באַמערקט, אַז די ייִדישע חבֿרה־נוסעים האָבן אַ שטיקל שײַכות צו די, להבֿדיל, חבֿרה־נושׂאים; ס’הײסט, צו די פֿרײלעכע מיטה־טרעגערס פֿון דער חבֿרה־קדישא. באמת, דער רײַזנדער פֿאַרלאָזט זײַן הײם אױף אַ צײַט, אָבער קײן מאָל װײסט ער ניט, צי ס’װעט אים נאָך אַ מאָל אױסקומען אַ קוש טאָן די צוגעשטױבטע מזוזה. דאָס אײגענע שלימזל מײַנס האָט מיך געיאָגט איבער דער פֿרעמדער װעלט, װי עס װאָלט געװאָלט אַרױסטרײַבן פֿון דער נשמה די שטיקער פֿונעם פֿאַרגליװערטן פּחד און די מורא פֿאַר דער אומפֿאַרשטענדלעכער אײביקײט. איך פֿלעג פֿאַרהײלן די פֿרישע רײַזע־װוּנדן און זיך װידער לאָזן אין װעג אַרײַן צו זוכן נײַע „צרות‟ אױף מײַן שװאַכן קאָפּ.
סוף 1990ער יאָרן בין איך געפֿאָרן קײן דײַטשלאַנד אָנטײל נעמען אינעם גרינדן אַ ייִדישע טרופּע בײַם „ראָק־טעאַטער־דרעזדען‟. נאָך דער גרױסער הצלחה פֿון שלום בונים — דבֿ זעלצערס ספּעקטאַקל „די מגילה‟ לױט איציק מאַנגער — איז געקומען די רײ צו מײַן פּיעסע „אַ גוטן תּמיד, ר’ יצחק־לײבוש‟, לױט י. ל. פּרצעס „באָנציע־שװײַג‟. נאָך דער פּרעמיערע האָבן דעטלעף הוטשענרױטער, דער לײַטער פֿונעם „ראָק־טעאַטער־דרעזדען‟ און נאָך צװײ טעאַטער־מוזיקער, טאָבי און פֿרידער, פֿאָרגעלײגט מיר צו פֿאָרן מיט זײ איבער גאַנץ אײראָפּע קײן בעסאַראַביע צו קױפֿן אַ צימבל פֿאַרן אָרקעסטער.
פֿאַר װאָס דאַרף מען גאָר פֿאָרן אַזש קײן בעסאַראַביע? װאָס, אין דײַטשלאַנד אָדער אין אונגערן איז ניטאָ קײן צימבלען? אַװדאי, טענהן זײ, מע קען קױפֿן אַ צימבל אין אונגערן, נאָר, ערשטנס, זײַנען די בעסאַראַבער צימבלען אַ סך בעסער װי די אונגערישע, און, צװײטנס, מע זאָגט, אַז מע קען דאָרט קױפֿן אַ גוטן אינסטרומענט ממש חצי־חינם. און דאָס װיכטיקסטע, איך רעד סײַ רומעניש און סײַ רוסיש.
גוט, האָב איך אַ טראַכט געטאָן, זאָל זײַן בעסאַראַביע, אױב ס’װעט זיך ניט אײַנגעבן צו קױפֿן אַ צימבל, װעל איך כאָטש קענען צופֿאָרן קײן פֿלאָרעשט, אױפֿן פֿעלד, צו באַזוכן די באָבע און דעם טאַטן. כ’האָב גלײַך אָנגעקלונגען צו מײַן חבֿר אין בעלץ און באַשטעלט אַ צימבל. אין צװײ טעג אַרום איז אָנגעקומען אַן ענטפֿער: „עס װאַרט אױף אײַך אַ פּרעכטיקער ציגײַנערישער צימבל און סך־הכּל פֿאַר דרײַ הונדערט דאָלאַר‟. אין אַ פּאָר טעג אַרום האָבן מיר אָנגעלאָדן פֿרידערס „מיצובישי‟ מיט כּלערלײ שפּײַז־פּעקלעך, און אין מיטן אַ קאַלטער און כמאַרנער דעצעמבער־נאַכט געלאָזט זיך אין װעג אַרײַן, מיזרח צו, קײן בעסאַראַביע.
ביז אין דער פֿרי זײַנען מיר אַדורך די טשעכישע, סלאָװאַקישע און אונגערישע גרענעצן, און שױן נענטער צום מיטאָג, װען פֿרידער איז מיד געװאָרן צו פֿירן דעם אויטאָ, האָבן מיר זיך אָפּגעשטעלט אין אַן אײַנפֿאָרהױז בײַם שליאַך בערלין־בודאַפּעשט. קײן אַנדערע אײַנװױנער, חוץ אונדז, זײַנען דאָרט ניט געװען. מיר האָבן זיך גוט אָפּגערוט, אָפּגעגעסן אַן אָרעמע װעטשערע בײַ זיך אין צימער, און אין אָװנט זײַנען מיר אַרױס אין דער לײדיקער קרעטשמע מיט אַ כּװנה צו שפּילן אַ ביסעלע פֿאַר זיך אַלײן.
לעבן פֿענצטער בײַ אַ טישל מיט אַ פֿלאַש „פּאַלינקע‟ איז געזעסן אַן אײן אײנציקער קונה, אַ שײנער מאַנצביל אין די מיטעלע יאָרן. הינטערן גאַרטל, פֿון דער רעכטער זײַט, האָט אַרויסגעשטעקט אַ הענטל פֿון אַ פּיסטויל. מיר האָבן געשפּילט און פֿון צײַט צו צײַט געװאָרפֿן פֿאָרזיכטיקע בליקן אױפֿן מאַנצביל מיטן פּיסטויל. פּלוצעם איז ער אױפֿגעשטאַנען, צוגעגאַנגען צו אונדז און אָנגעהױבן רעדן אױף אונגעריש. מיר האָבן אױפֿגעהערט צו שפּילן און געהאַלטן אין אײן איבערחזרן „נעם טאָדאָם‟, איך פֿאַרשטײ ניט. דער מאַנצביל איז אַרױס אינעם קאָרידאָר און זיך גלײַך אומגעקערט מיט אַ באַהעלפֿער. יענער האָט אונדז דערקלערט אױף אַ שלעכטן דײַטש, אַז דער־אָ מאַנצביל, דער באַלעבאָס פֿון דער קרעטשמע, װיל אונדז מכבד זײַן מיט אַ װעטשערע, נאָר פֿריִער בעט ער אונדז צו שפּילן אים אַ „טשאַרדאַש‟.
גוט, האָבן מיר אים אָפּגעשפּילט אַ „טשאַרדאַש‟. און װידער איז אַרײַנגעקומען דער באַהעלפֿער, דאָס מאָל מיט אַ װעגעלע, און באַשטעלט אונדזער טיש מיט פֿלעשער װײַן, אַ פֿלאַש צו אַ פֿלאַש, אױף די פֿלעשער פֿון אױבן האָט ער אַרױפֿגעשטעלט טאַצן מיט כּלערלײ מאכלים, און װידער געבעטן אונדז צו שפּילן אַ „טשאַרדאַש‟ פֿאַרן באַלעבאָס. מײַנע ליבע דאַמען און הערן, װאָס זאָל איך אײַך זאָגן?… אַ גאַנצן אָװנט און אַ גאַנצע נאַכט האָבן מיר געשפּילט פֿאַרן קרעטשמער דעם אײן און אײנציקן „טשאַרדאַש‟, װאָס מיר האָבן געקענט. יענער האָט געטאַנצט און געטרונקען זײַן „פּאַלינקע‟, אַ גלעזל נאָך אַ גלעזל.
שױן פֿרי קאַיאָר האָט ער זיך אָפּגעשטעלט בײַ אונדזער טיש און אָנגעהױבן װאַרפֿן אַריבער זײַן פּלײצע די טעלער מיט מאכלים. פֿאַרענדיקט מיט די טעלער, האָט ער זיך גענומען צום פּיסטויל; צװײ מאָל אױסגעשאָסן אין דער סטעליע, איז ער אַװעק. און באַלד נאָך אים איז װידער אַרײַן דער באַהעלפֿער און האָט אונדז געמאָלדן, אַז דעם באַלעבאָס איז געפֿעלן געװאָרן די װעטשערע, און ער פֿאַרבעט אונדז איבערבײַסן מיט אים אין אַ פּאָר שעה אַרום.
דאָס איבערבײַסן איז געװען אַ צװילינג פֿון דער װעטשערע — װײַן, מאכלים און „טשאַרדאַש‟, „טשאַרדאַש‟, „טשאַרדאַש‟… מיר האָבן זיך קױם דערװאַרט, ביז דער באַלעבאָס איז אַנטשלאָפֿן געװאָרן בײַם טישל און אַנטלאָפֿן פֿון דער קרעטשמע מיט אַ פֿעסטן אימוניטעט קעגן אַלע „טשאַרדאַשן‟ אױף דער װעלט.
די „טשאַרדאַש‟־פּרשה איז געװען נאָר דער אָנהײב פֿון אונדזער אַװאַנטור־רײַזע. אין בוקאַרעשט האָבן מיר זיך קױם געראַטעװעט פֿון אַ באַנדע באַװאָפֿנטע רױבער און געמוזט באַצאָלן הונדערט טױזנט לײ די פּאָליציאַנטן, אַז יענע זאָלן אונדז אַרױספֿירן פֿון דער גאַסטפֿרײַנדלעכער שטאָט. אין אַ קלײן גרענעץ־דערפֿל לעבן יאַס האָט מען אונדז אַרײַנגעשלעפּט אױף אַ חתונה און מיר האָבן געמוזט אױסלײדיקן אונדזערע בײַטלעך, װי עס פּאַסט פֿאַר זײער חשובֿע געסט.
נאָכן אַריבערפֿאָרן די רומענישע גרענעץ האָבן מיר זיך פֿאַרבלאָנדזשעט און פֿאַרברענגט אַ גאַנצן טאָג אױף דער „זאַסטאַװע‟ (גרענעץ־פּאַסט) מיט די גאָר פֿרײַנדלעכע מאָלדאַװישע גרענעצלער, ביז יענע האָבן ניט אױסגעלײדיקט דאָס פֿעסל װײַן, װאָס מיר האָבן באַקומען װי אַ מתּנה אױף דער רומענישער חתונה. מיט אײן װאָרט, קײן בעלץ זײַנען מיר אָנגעקומען כּמעט אָן געלט און נאָר מיט אײן ציל — װאָס גיכער קױפֿן דעם צימבל און זיך אומקערן קײן דרעזדען.
דער צימבל איז געװען אױסערגעװײנטלעך פּרעכטיק — סײַ דער קלאַנג זײַנער און סײַ דער אױסזען. מיר האָבן באַצאָלט דאָס געלט, געמאַכט אַ שנעפּסל מיטן גליקלעכן באַלעבאָס פֿונעם צימבל און אָנגעהױבן אַרײַנשלעפּן די מציאה אינעם אױטאָ. אַ נעכטיקער טאָג. מיר האָבן געפּרוּװט אַזױ און אַזױ… דער צימבל איז געװען אױף אַ האַלב מעטער ברײטער פֿון דער מאַשין. מיט אײן װאָרט, דער צימבל איז געבליבן ליגן אין בעלץ, און דעם גאַנצן צוריקװעג קײן דרעזדען האָבן מיר געהאַלטן אין אײן טענהן צו די יאַפּאַנער, אַלמאַי מאַכן זײ אַזעלכע שמאָלע אױטאָס, אַז אַפֿילו אַ לײַטישער צימבל קריכט אין זײ נישט אַרײַן?…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.