הײַיאָר איז דער 75סטער יאָרטאָג פֿון דער טרויעריק־באַרימטער „קרישטאָלנאַכט‟. דעם 9טן—10טן נאָוועמבער, אינעם יאָר 1938, איז אין דײַטשלאַנד אויסגעבראָכן אַ ריזיקער פּאָגראָם, אין וועלכן עס זענען אומגעקומען, לכל־הפּחות, 91 ייִדן; נאָך 30,000 זענען אַרעסטירט און פֿאַרשיקט געוואָרן אין קאָנצענטראַציע־לאַגערן. טויזנטער שילן, ייִדישע געשעפֿטן, הײַזער, שפּיטעלער און שילן זענען געוואָרן צעשעדיקט, באַרויבט און צעשטערט.
מיט 80 יאָר צוריק, אין יאַנואַר, איז הילטער געוואָרן דער קאַנצלער. אַן אַנדער צווייפֿלהאַפֿטיקער הײַיאָריקער יוביליי איז 80 יאָר נאָך דעם טאָג, ווען די נאַציס האָבן דורכגעפֿירט אַ סימבאָלישע צערעמאָניע, בעת וועלכער מע האָט פֿאַרברענט „שעדלעכע אומדײַטשישע‟ ביכער.
די נאַצי־תּקופֿה ציט צו נאָך אַלץ דעם אויפֿמערק פֿון מיליאָנען דײַטשן. מיט עטלעכע חדשים צוריק, איז אין בערלין פֿאָרגעקומען אַ היסטאָרישע אויסשטעלונג וועגן דעם, ווי אַזוי די נאַציס זענען געקומען צו דער מאַכט; די עקספּאָזיציע האָט צוגעצויגן צענדליקער טויזנטער מענטשן. מיליאָנען מענטשן קוקן די טעלעוויזיע־דראַמעס וועגן דעם דריטן רײַך. נישט לאַנג צוריק, איז אַ סאַטירישער ראָמאַן וועגן הילטער געוואָרן אַ „בעסטסעלער‟.
צוליב דעם, וואָס דאָס איצטיקע יאָר איז פֿאַרבונדן מיט די דערמאָנטע „קײַלעכדיקע‟ דאַטעס, האָבן די דײַטשן אַרויסגעוויזן אַן אויסערגעוויינטלעך גרויסן אינטערעס צו דעם פֿינצטערן קאַפּיטל פֿון זייער געשיכטע. אויף דער טעלעוויזיע, אין דער פּרעסע און אויף דער אינטערנעץ, פֿירט מען אומענדלעכע דעבאַטעס וועגן דער נאַצי־תּקופֿה — אָפֿט אויפֿן סמך פֿון דעם, וואָס דער יונגער דור האָט געהערט פֿון זייערע אייגענע זיידעס און באָבעס. למשל, מע האָט באַטראַכט, ווי אַזוי די פֿינצטערע ירושה פֿון נאַציזם ווירקט נאָך אַלץ אויף דער רעפּוטאַציע פֿונעם הײַנטיקן דײַטשישן מיליטער, אָדער פֿאַרוואָס די אָרעמע אימיגראַנטן פֿון גריכנלאַנד און שפּאַניע פֿאַרגלײַכן די קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל מיט היטלער.
די צײַטונג „שפּיגעל‟ האָט באַמערקט, אַז אַזעלכע היסטאָרישע דאַטעס רופֿן אַרויס אַ באַזונדערן אינטערעס בײַ די יונגע־לײַט, וועלכע זעען, אַז אַלץ ווייניקער לעבעדיקע מענטשן געדענקען די מלחמה־תּקופֿה. דערפֿאַר ווילן זיי בעסער פֿאַרשטיין, וואָס ס׳איז געשען אין יענע יאָרן.
אין מאַרץ, האָבן זיבן מיליאָן מענטשן געקוקט מיט גרויס אינטערעס די דרײַ סעריעס פֿונעם טעלעוויזיע־פֿילם „אונדזערע מאַמעס, אונדזערע טאַטעס‟, וווּ עס ווערט געוויזן דאָס לעבן פֿון פֿינף דײַטשישע יונגע־לײַט אין די יאָרן 1941—1945. ניקאָ האָפֿמאַן, דער פּראָדוסער, האָט דערקלערט, אַז איינע פֿון די סיבות, פֿאַרוואָס ער האָט באַשלאָסן צו שאַפֿן דעם פֿילם, איז געווען די מעשׂה פֿון זײַן אייגענעם טאַטן, וועלכער איז געגאַנגען פֿרײַוויליק דינען אין הילטערס אַרמיי, ווען ער איז געווען 18 יאָר אַלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.