אַ משפּחה אין שאַנכײַ, וואָס וואַרט שוין 70 יאָר, אַז דער ייִדישער אייגנטימער פֿון 2,000 ביכער זאָל זיי אָפּנעמען, מוז איצט געפֿינען אַ נײַע היים פֿאַר דער ביבליאָטעק, ווײַל דאָס הויז, וווּ די ביכער געפֿינען זיך, איז לעצטנס אַראָפּגעריסן געוואָרן, כּדי צו בויען נײַע דירות.
די 2,000 ביכער זענען אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן — דײַטש, פֿראַנצייזיש און לשון־קודש, און נעמען אַרײַן סײַ שווערע בענד אויף פּאָליטישע און רעליגיעזע טעמעס, סײַ פֿאַרווײַלערישע מאַטעריאַלן, ווי קאָמיק־ביכלעך, האָט קיטי האַן, די פּירסום־דירעקטאָרין פֿונעם „מוזיי וועגן די ייִדישע פּליטים אין שאַנכײַ‟ איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟.
דער בנין, וווּ די ביכער זענען געלעגן די אַלע יאָרן, געפֿינט זיך אינעם האָנגקו־ראַיאָן — איינע פֿון די געגנטן אין שאַנכײַ, וווּ די ייִדישע פּליטים פֿון אייראָפּע האָבן געפֿונען אַ מקום־מקלט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. בערך 30,000 ייִדן האָבן זיך געראַטעוועט פֿונעם חורבן דורך זייער אויסבאַהאַלטן זיך אין שאַנכײַ.
איינער פֿון די פּליטים, קאַרל אַנגער, וועלכער איז אויך געווען דער מנהל פֿון אַן אָרטיקער תּלמוד־תּורה, האָט געזאַמלט די ביכער בשעת ער האָט דאָרט געוווינט. ווען ער און זײַן פֿרוי, פּאַולאַ, האָבן פֿאַרלאָזט שאַנכײַ אין 1943, האָט ער געבעטן דעם פּרינציפּאַל פֿון דער עפֿנטלעכער שול, לין דאַאָזשי, צו היטן די ביבליאָטעק, און האָט צוגעזאָגט, אַז ער וועט מיט דער צײַט זיך אומקערן זיי אָפּצונעמען.
ער איז אָבער קיין מאָל נישט צוריקגעקומען. אין 1981 איז לין דאַאָזשי געשטאָרבן, און זינט דעמאָלט האָט זײַן משפּחה אָפּגעהיט די ביכער.
מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָבן די מיטגלידער פֿון דער משפּחה לין, בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, געמאָלדן, אַז זיי ווילן געפֿינען דעם ייִדישן אייגנטימער פֿון דער ביבליאָטעק. „נאָכן אָנהאַלטן די ביכער 70 יאָר לאַנג, זוכן מיר איצט די הילף פֿונעם ׳מוזיי פֿון די ייִדישע פּליטים אין שאַנכײַ׳, כּדי אונדז צו העלפֿן געפֿינען דעם אייגנטימער אָדער זײַן משפּחה, ווײַל דער צימער, וווּ די ביכער געפֿינען זיך, ווערט אַראָפּגעריסן, און מיר וועלן זיך אַוועקציִען פֿון דאָרט,‟ האָט לינס שנור, פּאַן לו, דערקלערט.
„לינס געשיכטע האָט מיך גערירט, ווײַל עס האָט מיר געוויזן ווי לין און זײַן משפּחה האָבן געהאַלטן וואָרט,‟ האָט דערקלערט טשען דזשיאַן, דער קוראַטאָר פֿונעם מוזיי. „עס ווײַזט אויך, אַז די אָרטיקע אײַנוווינער האָבן געהאַט נאָענטע באַציִונגען מיט די ייִדן, ווען זיי האָבן זיך אויסבאַהאַלטן אין אונדזער שטאָט.‟
צו געפֿינען אַנגער איז אָבער נישט געווען קיין גרינגע אַרבעט, ווײַל די משפּחה האָט נישט געוווּסט וווּ ער וווינט, אָדער אויב ער לעבט בכלל. זיי האָבן אָבער יאָ געפֿונען אַ נײַ־יאָר־קאַרטל, וואָס די אַנגערס האָבן זיי געשיקט אין 1947 — פֿון דײַטשלאַנד. אינעם קאַרטל איז געשטאַנען: „מיר זענען בשלום אָנגעקומען… און מיר זענען גליקלעך זיך ווידער צו פֿאַראייניקן מיט אונדזערע קרובֿים‟.
אפֿשר וווינט נאָך עמעצער פֿון אַנגערס משפּחה אויף דעם אַדרעס? האָט געקלערט די משפּחה לין. האָבן זיי באַשלאָסן טאַקע צו שיקן אַ בריוו אַהין. קיינער פֿון זיי האָט אָבער נישט געקענט דײַטש אָדער ענגליש, האָט אַ פֿרײַנד זייערער, וואָס קען יאָ דײַטש, זיי געהאָלפֿן אָנשרײַבן אַ בריוו אויפֿן אַדרעס פֿונעם פּאָסטקאַרטל. דער בריוו איז אָבער צוריקגעקומען.
דער „מוזיי פֿון די ייִדישע פּליטים אין שאַנכײַ‟ האָט זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט דער געשיכטע פֿון דער בילביאָטעק, און האָט זיך אונטערגענומען צו געפֿינען אַנגער אָדער זײַנע יורשים. נאָך עטלעכע וואָכן אַרבעט האָבן זיי באַקומען אינפֿאָרמאַציע, כאָטש מסתּמא נישט דאָס, וואָס די משפּחה לין האָט געוואָלט הערן.
„קאַרל און פּאָולאַ אַנגער זענען שוין ביידע געשטאָרבן, און אונדזער וואָלונטיר אין דײַטשלאַנד האָט געפֿונען זייערע מצבֿות אין שווערין,‟ האָט קיטי האַן געזאָגט. „זיי האָבן אָבער נישט געהאַט קיין קינדער, און אויף ביידע צוואָות שטייט נישט קיין וואָרט וועגן די ביכער, וואָס זיי האָבן איבערגעלאָזט אין שאַנכײַ.‟
דער מוזיי האָפֿט, אַז מיט דער צײַט וועלן זיך געפֿינען אַנדערע קרובֿים פֿון דער משפּחה אַנגער, וואָס וועלן אָפּנעמען די ריזיקע זאַמלונג. אין צווישן־צײַט האָבן זיי געבעטן די אָרטיקע ביבליאָטעק אין האָנגקו, אויפֿצופּאַסן אויף די פֿאַריתומטע ביכער. „די ביבליאָטעק איז דערווײַל דאָס בעסטע אָרט פֿאָר זיי, ווײַל דאָרט האָט מען פּראָפֿעסיאָנעלע מיטלען ווי אויפֿצוהאַלטן ביכער אין אַ גוטן מצבֿ,‟ האָט קיטי האַן געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.