ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published November 11, 2013, issue of December 06, 2013.

וויליאַם קופּער האָט פּראָטעסטירט קעגן דער „קרישטאָלנאַכט”

וויליאַם קופּער
וויליאַם קופּער

75 יאָר נאָך דער „קרישטאָלנאַכט‟ האָבן די אויסטראַלישע ייִדן דערמאָנט דעם אָנפֿירנדיקן אַבאָריגינעלער, וויליאַם קופּער, וואָס האָט געבראַכט אַ פּראָטעסט-רעזאָלוציע צום דײַטשן קאָנסולאַט אין מעלבורן דעם 6טן דעצעמבער, 1938, וווּ די אַבאָריגינעלער האָבן זיך באַקלאָגט אויף די „קרישטאָלנאַכט‟־פּאָגראָמען אין דײַטשלאַנד. דאָס איז געווען דער איינציקער אָפֿיציעלער פּראָטעסט קעגן דער „קרישטאָלנאַכט‟ אין יענער צײַט.

סעקסועלע מיסברויכן קעגן קינדער אין דער סידנעיער ישיבֿה

דנאיל היימאַן איז אַרעסטירט געוואָרן דעם פֿאָריקן מאָנטיק אין סידנעי און ווערט באַשולדיקט אין האָבן באַגאַנגען סעקסועלע מיסברויכן קעגן צוויי בחורים, וועלכע זײַנען דעמאָלט אַלט געווען ייִנגער פֿון 18 יאָר, אין דער סידנעיער ישיבֿה, בעת ער האָט געאַרבעט דאָרטן פֿרײַוויליק במשך פֿון די יאָרן 1985 און 1986. ער איז דער ערשטער אַרעסטירט צו ווערן אין פֿאַרבינדונג מיט די דאָזיקע פֿאַרברעכנס. הרבֿ משה גוטניק האָט געמאָלדן, אַז איינער פֿון די קרבנות פֿון די מיסברויכן האָט גערעדט מיט אים טעלעפֿאָניש וועגן דעם ענין דעמאָלט, ווען די פֿאַרברעכנס זײַנען פֿאָרגעקומען, און ווידער מיט עטלעכע חדשים צוריק. גוטניק זאָגט, אַז ער האָט איבערגעגעבן אַלע פּרטים וועגן דעם ענין צו דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער ישיבֿה, אָבער דער הויפּט-רבֿ פֿונעם צענטער, הרבֿ פּנחס פֿעלדמאַן, לייקנט אַז עמעצער האָט אים דערציילט וועגן דעם ענין. פֿעלדמאַן האָט אויך באַטאָנט, אַז ער שטיצט אונטער דעם מישפּט פֿונעם ועד־הרבנים, אַז אין אַזאַ פֿאַל דאַרף מען גלײַך מעלדן דער פּאָליציי. ער האָט געזאָגט, אַז אין אַן ענלעכן פֿאַל, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין יאָר 2003, זײַנען אַלע אינפֿאָרמאַציעס איבערגעגעבן געוואָרן אין די הענט פֿון דער סידנעיער פּאָליציי.

שטיצער פֿונעם אַנטי-ישׂראלדיקן באָיקאָט ווערן אָנגעקלאָגט אין געריכט

די ישׂראלדיקע גרופּע „שורת הדין‟ האָט אָנגעקלאָגט דעם אונטערשטיצער פֿונעם אַנטי-ישׂראלדיקן באָיקאָט דזשייק לינטש אין געריכט פֿאַר נישט העלפֿן אַ ישׂראלדיקן פּראָפֿעסאָר צו באַקומען אַן אויסטראַלישע וויזע. לינטש זאָגט, אַז דאָס איז נישט געשען, ווײַל דער פּראָפֿעסאָר איז אַ ישׂראלדיקער; ווײַל ער מאַכט אַן אונטערשייד צווישן יחידים און אינסטיטוציעס. דער עקזעקוטיוו-ראַט פֿון אויסטראַלישן ייִדנטום האָט באַשלאָסן נישט אָנטייל צו נעמען אינעם מישפּט, זאָגנדיק, אַז דאָס איז נישט דער בעסטער אופֿן, ווי אַזוי צו באַקעמפֿן דעם אַנטי-ישׂראלדיקן באָיקאָט.

דער ייִדישער מוזעום פֿון אויסטראַליע פֿירט אײַן אַ פּראָגראַם וועגן די ייִדישע וואָרצלען פֿון קריסטנטום

דער ייִדישער מוזעום אין מעלבורן נעמט אָנטייל אין אַ פּראָגראַם, וואָס ווײַזט דעם ייִדישן קאָנטעקסט פֿונעם לעבן פֿון די ערשטע קריסטן, כּדי צו העלפֿן די לערער אין קריסטלעכע טאָגשולן צו לערנען וועגן ישו־הנצרי מיט סטודענטן אינעם 8טן קלאַס. די מיטאַרבעטער פֿונעם מוזעום האָבן געאַרבעט אויף דער פּראָגראַם אַ גאַנץ יאָר. די קריסטלעכע סטודענטן וועלן באַזוכן דעם ייִדישן מוזעום, וווּ זיי וועלן זיך באַקענען מיטן לעבן און מיט דער קולטור פֿון ייִדן אונטער דער רוימישער הערשאַפֿט און אויך מיטן מאָדערנעם ייִדישן לעבן הײַנט צו טאָג. די פּראָגראַם איז פֿינאַנציעל אונטערגעשטיצט פֿון דער שטאָטישער רעגירונג פֿון וויקטאָריע.

געלט אויפֿצושטעלן אַ וואַנדאַליזירטן ייִדישן בית-עולם אין דרום-אַפֿריקע

העכער 30 מצבֿות זײַנען באַשעדיקט געוואָרן אויפֿן היסטאָרישן גרוגערסדאָרף־בית-עולם לעבן יאָהאַנעסבורג, דרום-אַפֿריקע, דורך דער נאַכט פֿון זונטיק, דעם 27סטן אָקטאָבער הײַיאָר, נאָך דעם ווי דער גאַנצער פּלויט אַרום דעם בית-עולם איז צוגעגנבֿעט געוואָרן. ייִדן אין אויסטראַליע ווערן גערופֿן זיך בײַצושטײַערן אויפֿצובויען אַ נײַע וואַנט אַרום די טויזנט ייִדישע קבֿרים, וועלכע געפֿינען זיך דאָרטן. אַן ערך 80 ייִדן וווינען נאָך אַלץ אין גרוגערסדאָרף.

יצחק ראַבינס 18טער יאָרצײַט אין מעלבורן

אַן ערך 200 ציוניסטן זײַנען זיך צונויפֿגעקומען אין זייער מעלבורנער לאָקאַל אָפּצומערקן דעם 18טן יאָרצײַט פֿונעם דערמאָרדעטן ישׂראלדיקן פּרעמיער יצחק ראַבין, וואָס איז דערמאָרדעט געוואָרן אין יאָר 1995. דער אָוונט איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם ציוניסטישן קאָמיטעט פֿון וויקטאָריע, די אויסטראַלישע פֿרײַנד פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין וויקטאָריע, די „לאַם־משפּחה ייִדישע ביבליאָטעק‟, דער „הסרת־פֿילם קלוב‟, „הבית‟ און דער סוכנות.

דער פֿערטער לימוד-פֿעסט קומט פֿאָר אין מעלבורן

דער הײַיאָריקער לימוד-פֿעסט, אַ טייל פֿונעם „לימוד-אָז‟־פּראָגראַם, וועט פֿאָרקומען לעבן מעלבורן צווישן דעם סטן22 און דעם 24סטן נאָוועמבער. אָנטייל־נעמערס וועלן געניסן פֿון דעבאַטעס, דיסקוסיעס, פֿילמען, מוזיק, קאָמעדיע, טענץ, און ספּעציעלע אַקטיוויטעטן פֿאַר קינדער.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.