אַ באַריכט אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק, גיט איבער, אַז דרײַ ייִדישע משפּחות האָבן אָנגעקלאָגט דעם שול־ראַיאָן אין פּײַן־בוש, ניו־יאָרק, פֿאַר נישט אָננעמען ערנסט אַ צאָל אַנטיסעמטישע אינצידענטן קעגן זייערע קינדער. פּײַן־בוש געפֿינט זיך 90 מײַל צפֿון פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק.
די ייִדישע קינדער האָבן געטענהט, אַז געוויסע תּלמידים האָבן זיי גערופֿן מיט אַנטיסעמיטישע צונעמען; געמאַכט וויצן וועגן דעם חורבן; געצוווּנגען זיי אַרויסצונעמען מטבעות פֿון מיסטקאַסטנס; געמאָלט האַקן־קרייצן אויף די ווענט, און זיי פֿיזיש אַטאַקירט. געוויסע תּלמידים אין די שולן האָבן געמאַכט נאַציסטישע סאַלוטן און דערציילט אַנטיסעמיטישע וויצן.
די עלטערן האָבן באַשולדיקט די אַדמיניסטראַציע פֿונעם שול־ראַיאָן אינעם נישט אָננעמען די טענות ערנסט, האָט די „טײַמס‟ איבערגעגעבן.
גובערנאַטאָר אַנדרו קואָמאָ האָט תּיכּף גערופֿן פֿאַר אַן אויספֿאָרשונג פֿון די פֿאַרדעכטיקטע אַנטיסעמיטישע אינצידענטן. „די באַריכטן וועגן בולטער אַנטיסעמטישער באַלעסטיקונג און פֿיזישע אַטאַקן אין די שולן אין פּײַן־בוש, אויב ס׳איז טאַקע אמת, זענען אומדערטרעגלעך,‟ האָט קואָמאָ דערקלערט פֿרײַטיק. „מענטשן האָבן אַ רעכט צו וויסן דעם אמת, און עלטערן איבערן שטאַט האָבן דאָס רעכט צו וויסן, אַז זייערע קינדער קאָנען זיך לערנען אין אונדזערע שולן, אָן שרעק פֿאַר אַזאַ שרעקלעכן אויפֿפֿיר.‟
די אויפֿזעערין פֿונעם שול־ראַיאָן, דזשאָן קאַרבאָן, האָט זונטיק באַשטעטיקט, אַז די שול האָט צוגעצויגן אַ סך אויפֿמערק פֿון דער מעדיאַ זינט דעם „טײַמס‟־אַרטיקל, אָבער האָט געטענהט, אַז דער שול־ראַיאָן „האָט אַ לאַנגע געשיכטע פֿון טאָלעראַנץ‟.
אין די 1970ער יאָרן האָט אין פּײַן־בוש געוווינט דער פֿירער פֿונעם אָרטיקן צווײַג פֿון דער סופּרעמיסטישער אָרגאַניזאַציע „קו־קלאָקס־קלען‟, און זײַן פֿרוי איז געזעסן אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿונעם שול־ראַיאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.