אינטערעסאַנט, ווי די הײַנטיקע ייִנגערע, אַמעריקאַנער־ייִדישע דראַמאַטורגיע האָט ווייניק וואָס צו דערציילן, ווייניק וואָס צו טיילן זיך מיט זייער ייִדישן אָפּשטאַם, נעמט מען זיך צום „האָלאָקאָסט‟ (חורבן); אפֿשר דאָס וועט זיי אויסלייזן?! אַ סך מאָל לייזט זיי אויס די „ניו־יאָרק טײַמס‟, מיט אַ מילד וואָרט, און אַ סך מאָל רײַסט מען זיי אַראָפּ. קיין אַנטשיידענע, פֿאַרשטענדלעכע מיינונג איז נישט בנימצא. צי עס רעצענזירט עס אַ ייִד צי אַ גוי, ביידע האָבן נישט קיין אַנונג וואָס זיי זעען.
אַן עלטער פּאָר־פֿאָלק, געראַטעוועטע פֿונעם חורבן, לעכצן נאָך אַ טראָפּעלע פֿלאָרידע־זון, אַנטלויפֿן פֿון די האַרבע ווינטערס אין ניו־יאָרק און אויף אַ ווײַל פּטור צו ווערן פֿון די קינדער. דינגען זיי אַ דירה ערגעץ אין פֿלאָרידע און האַלטן בײַם אויספּאַקן די וואַליזקעס, אויסרוען די מידע ביינער, גרייט הנאה צו האָבן פֿון דעם לאַגאָדנעם וועטער. איז זיי באַשערט אַן אומגליק. עס באַווײַזט זיך זייער פּסיכיש־צערודערטע טאָכטער מיט אַ „בוי־פֿרענד‟, רחמנא לצלן, און עס הייבן זיך אָן די אמתע סקאַנדאַלן.
שולדיק אין אַלעם איז דער פּאַסקודנער „האָלאָקאָסט‟, שרײַט ווי אַ באַנומענע די טאָכטער, וואָס צוליב דעם האָט זי געליטן איר גאַנץ לעבן. די קרעמאַטאָריעס, דער הונגער, דאָס מיידעלע וואָס זיי האָבן דאָרט אָנגעוווירן, וואָס יענע וואָלט הײַנט געווען יונג און שיין און געראָטן, נישט ווי זי, גראָב און מיאוס און פּסיכיש צעשרויפֿט.
מיט דעם, טענהט זי, האָט מען זי געקאָרמעט איר גאַנץ לעבן, דעריבער איז זי אַראָפּ פֿון זינען. און אויב דאָס איז נישט גענוג, וואַרפֿט זי זיך אַרויף אויפֿן אָרעמען טאַטן, נעבעך, מיטן געדאַנק אים צו דערשטיקן. געקומען אויף אונדז אַ צײַט, ווען מיר האָבן זיך געראַטעוועט פֿונעם חורבן, טרעפֿן מיר זיך אָן אין אַ צווייטן חורבן — אויסגעדראָשענע דראַמאַטורגיע.
דאָ האָט איר עס, אַן איין-פּערזאָניקע פֿאַרשטעלונג פֿון אַ קאָמעדיאַנט, וועלכער איז שוין אין די טיפֿע פֿופֿציקער, אַרויסגעקומען פֿון אַ ייִדיש הויז, וווּ דער „האָלאָקאָסט‟ האָט געשפּילט נישט צו אַ גרויסע ראָלע. דער טאַטע איז אין די מעבל־„ביזנעס‟, וויל ער דעם זון אַרײַננעמען אין געשעפֿט, אָבער דעם בנוק ציט צו דער בינע, ער וויל דווקא זײַן אַן אַקטיאָר. ווי עס וואָלטן אויסגעפֿעלט אַקטיאָרן אין ניו־יאָרק, בעסערע, ערגערע, מיט איין וואָרט, מ’דאַרף פּראָטעקציע, אַנישט גיי און ווער אַ קעלנער.
דרײַסיק יאָר סטאַרעט ער זיך שוין צוצוקומען צו דער בינע, דערווײַל אַרבעט ער אין אַ רעסטאָראַן. די מאַמע נודיעט אים מיט שידוכים, דער טאַטע באַוויינט זײַן אָפּקלײַב פֿון אַ פּראָפֿעסיע, ביז זיי זײַנען שוין צוגעקומען צו עפּעס אין אַמעריקע, נעמט דער זון און דעזערטירט; זיי קענען עס בשום־אופֿן נישט באַנעמען. דערווײַל שפּילט ער פֿאַר די פּענסיאָנערן אין די „סענטשורי ווילעדזשעס‟, די קאָלאָניעס פֿאַר עלטערע מענטשן אין פֿלאָרידע, אַ סך פֿון זיי געראַטעוועטע פֿונעם חורבן. זיי ווילן לאַכן, זיי האָבן שוין גענוג געוויינט. דער אַקטיאָרישער קעלנער באַוויינט זײַן גורל, מסתּמא וועט ער שוין קיין מאָל נישט צוקומען צום אייבערשטן פֿון שטייסל — בראָדוויי אָדער האַליוווּד. ער האָט פֿאַרשפּילט.
אַ יונגערמאַנטשיק פֿון אויסטראַליע, וועלכער לעבט שוין 3 יאָר אין ישׂראל, האָט פֿאַרפֿאַסט אַ פּיעסע פֿאַר זיך, וווּ ער שפּילט אויס אַ שלל ראָלעס. ער הייבט טאַקע אָן מיט אַראַפֿאַטן אויף דער סאָפֿקע, אָבער אַראַפֿאַט ווײַזט זיך אַרויס צו זײַן אַ פּלוידער־זאַק.
דער קליינער זאַל איז פֿול מיט אַ יונגן עולם, וואָס פֿאַרשטייט העברעיִש בעת דזשערעמי בראַקאַ לייגט אַוועק אַ מויל־מלאכה, וואָס פֿליט הונדערט מײַל אַ שעה. אסור צי מ’ווייסט, וווּ ער צילט. און דאָ קומט דער „האָלאָקאָסט‟. די מאַמע איז אַ פּוילישע דריפּקע פֿון לאָדזש מיט אַ „פּראָשע־פּאַניע און אַ דזשענקויע באַרדזאָ‟, רעדט זי בלויז פּאָפּאָלאַשו. דער טאַטע שטאַמט פֿון עגיפּטן, רעדט אַראַביש, און זײַן עלטערער פֿעטער פֿון דער מאַמעס צד, פֿאָנפֿעט אונטער דער נאָז — אויף ייִדיש. ייִדיש, זאָגט דזשערעמי בראַקאַ, איז אַזאַ מין שפּראַך, וואָס קומט אַרויס פֿון די דײַטשן אין מיטלאַלטער, און ס’איז אַ מחיה, מ’קען אויף איר אויסשמירן די ווענט מיט ניבֿול־פּה. און ער גייט אַרײַן אין אַ סעריע ווולגאַרע ייִדישע רייד מען זאָל לאַכן, און דער עולם לאַכט. ער שפּילט אויס די ראָלע פֿונעם אַמאָליקן פּרעזידענט פֿון ישׂראל שמעון פּערעס, צוזאַמען מיט 20 אַנדערע ראָלעס פֿון וועלט־פּאָליטיקער. עס גייט בײַ אים ווי געשמירט. אָבער ווען עס קומט צו אַראַפֿאַטן, פֿעלט דעם אַקטיאָר, וועלכער איז אַ דראַמאַטורג און אַדוואָקאַט, דער חוש פֿון הומאָר.
און אין מיצקע דרינען קומט דער „האָלאָקאָסט‟ לויטן אלף־בית:
„א — אוישוויץ! ב — בירקענאַו‟ און אַלע לאַכן. דאָ האָט דזשערעמי בראַקאַ מיך נישט בלויז באַליידיקט, נאָר ממש וויי געטאָן. און בכלל ווערט שוין די טעמע „חורבן‟ אויסגעלאַכט, ייִדישע קולטור — אָפּגעחוזקט און פֿאַרשטייט זיך, די ייִדישע שפּראַך דערנידעריקט. צי דאָס זײַנען טעמעס פֿאַר דראַמאַטורגיע? אפֿשר יאָ, אָבער ס’פֿאָדערט זיך דערויף גרויס טאַלאַנט, פֿאַרשטענדעניש און חכמה. זעט אויס, אַז אין אַמעריקע, ישׂראל און אויסטראַליע שיילט זיך אויס מיט האַלב־געבאַקענע דראַמאַטורגיע.
נאָר ווו דען? איך האָב ערשט די טעג געזען אויף דער ענגלישער בינע אַן אויסער ווי געוויינטלעכע פֿאָרשטעלונג וואָס הייסט „עי דזשענטלמענס גײַד טו לאַוו ענד מוירדער,‟ (A Gentleman’s Guide to Love and Murder), וואָס אָנגעשריבן האָבן די מוזיקאַלישע פּיעסע צוויי ייִדישע יונגעלײַט, ראָבערט פֿרידמאַן און סטיווען לוטוואַק. עס האָט מיך דערמאָנט אין די אַמאָליקע פּיעסעס פֿון גילבערט און סאַליוואַן. טאַלאַנט אויף אַ פּוד און גוט צום מוט. און כאָטש עס האָט גאָרנישט וואָס צו טאָן מיט ייִדן, און נישט מיטן „האָלאָקאָסט‟, האָט עס אָבער צו טאָן מיט צוויי ייִדן, וואָס באַרײַכערן די אַמעריקאַנער בינע מיט זייער הומאָר און טאַלאַנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.