פֿילם־פֿעסטיוואַלן בליִען ווײַטער

Thriving Jewish Film Festivals


פֿון העטער פּאָרטער (Forward)

Published November 13, 2013, issue of December 06, 2013.

בײַנאַכט, די פֿאַרגאַנגענע וואָך, ווען אין באָסטאָן האָט זיך אָנגעהויבן דער 25סטער יערלעכער ייִדישער קינאָ־פֿעסטיוואַל, האָט אַ גרופּע פֿרײַוויליקע שטיצער פֿון דער אונטערנעמונג צעטיילט פּאָרציעס פֿון קוגל צו די צוקוקער, וועלכע זענען געשטאַנען מיט זייערע בילעטן אין אַ לאַנגער ריי. דער פֿעסטיוואַל איז פֿאָרגעקומען אינעם באָסטאָנער ראַיאָן ברוקלײַן. דער עפֿענונג־אָוונט אינעם „Coolidge Corner Theatre‟ האָט זיך הײַאָר אָנגעהויבן מיט אַ דזשאַז־קאָנצערט, געשפּילט דורך די סטודענטן פֿונעם „מוזיקאַלישן בערקלי־קאָלעדזש‟. דערנאָך, האָט מען געוויזן די פּרעמיערע פֿונעם פֿילם „דאָס זיגזאַג־קינד‟. דער בעלגישער רעזשיסאָר ווינסענט באַל האָט זיך ווירטועל באַטייליקט אינעם פֿעסטיוואַל, מיט דער הילף פֿון דער קאָמפּיוטער־פּראָגראַם „סקײַפּ‟.

דזשודי בוירטען, וועלכע באַטייליקט זיך שוין אַ סך יאָר אין דער באָסטאָנער אונטערנעמונג, האָט געזאָגט, אַז געוויסע ייִדן, וואָס גייען קיינמאָל נישט דאַוונען אין שיל, האַלטן די קינאָ־פֿעסטיוואַלן פֿאַר דער גרעסטער מיצווה. אַ צאָל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס טענהן, אַז הײַנט איז שווער צו געפֿינען אַ קהילה־שטיצע פֿאַר קולטור־פּראָיעקטן; דאָס שטערט אָבער נישט די ייִדישע קינאָ־פֿעסטיוואַלן צו בליִען. אַדרבה, זינט די 1980ער יאָרן, האַלט זייער פּאָפּולאַריטעט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין איין שטײַגן.

בסך־הכּל, ווערן יעדעס יאָר דורכגעפֿירט אין פֿאַרשיידענע ראַיאָנען פֿונעם לאַנד 60—100 אַזעלכע אונטערנעמונגען, הגם נישט אַלע פֿון זיי דערגרייכן אַזאַ גרויסן מאַסשטאַב, ווי אין באָסטאָן אָדער אַזעלכע גרויסע ייִדישע צענטערס, ווי ניו־יאָרק, אַטלאַנטע, לאָס־אַנדזשעלעס און פֿילאַדעלפֿיע. קלענערע אונטערנעמונגען קומען פֿאָר, למשל, אין האָנאָלולו און אַלאַסקע.

אין דײַטאָן, שטאַט אָהײַאָ, וווּ עס וווינען 3.5 טויזנט ייִדן, איז די צאָל באַטייליקטע אינעם אָרטיקן ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל געשטיגן דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר אויף 25 פּראָצענט, און איצט — נאָך אויף 11 פּראָצענט. דזשיין האָכשטיין, די דירעקטאָרין פֿון דער שטאָטישער ייִדישער פֿעדעראַציע, האָט איבערגעגעבן, אַז דאָס איז איינער פֿון די גרעסטע פּראָיעקטן, וואָס איר אָרגאַניזאַציע פֿירט דורך אין דײַטאָן.

אין אַ צאָל שטעט, אַרײַנגערעכנט שיקאַגע און פֿילאַדעלפֿיע, ווערן אויך דורכגעפֿירט באַזונדערע פֿעסטיוואַלן פֿונעם ישׂראלדיקן קינאָ. אַחוץ דעם, ווערן אין אַ צאָל אַמעריקאַנער שטעט, אָנהייבנדיק פֿונעם יאָר 1982, געוויזן יעדעס יאָר די פּרעמיערעס פֿונעם ישׂראלדיקן נאַציאָנאַלן קינאָ־פֿעסטיוואַל.

עס באַגייט זיך נישט צומאָל אָן סתּירות. אינעם יאָר 2009, איז בעת דעם ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל אין לאָס־אַנדזשעלעס אויסגעבראָכן אַ סקאַנדאַל מיטן דאָקומענטאַל־פֿילם „רייטשעל‟ וועגן דער אומגעקומענער אַמעריקאַנער שלום־אַקטיוויסטקע רייטשעל קאָרי. עטלעכע מיטגלידער פֿונעם פֿעסטיוואַל־דירעטאָראַט האָבן פּראָטעסטירט און רעזיגנירט. אין באָסטאָן, אָבער, בלײַבט די אַטמאָספֿער מער־ווייניקער רויִק.

מיכל גאָלדמאַן, די גרינדערין פֿונעם באָסטאָנער פֿעסטיוואַל, האָט דערקלערט, אַז די אָרגאַניזאַטאָרן שטעלן דעם ציל צו שאַפֿן אַ פּלאַץ, „וווּ מע קאָן זען און באַטראַכטן אַלץ, וואָס מע וויל, נישט געקוקט אויף מעגלעכע סתּירות‟. ליסאַ ריוואָ, די מיטדירעקטאָרין פֿונעם „נאַציאָנאַלן צענטער פֿאַרן ייִדישן קינאָ‟, האָט באַטאָנט, אַז אַזעלכע אונטערנעמונגען העלפֿן דווקא צו פֿאַראייניקן מענטשן, נישט געקוקט אויף זייערע היפּוכדיקע דעות.