קיין שומר-שבת בין איך ניט, און מײַן ציין-דאָקטער געהערט צום דעם זעלביקן זגאַל. גיי איך צו אים צוויי מאָל אַ יאָר, טאַקע אום שבת, צו רייניקן די ציין. ער וווינט אין אַמעריקע שוין אַריבער דרײַסיק יאָר, אָבער אין אַ היפּשער מאָס בלײַבט ער אַ ייִד פֿון דעם סאָוועטיזירטן תּחום-המושבֿ. נאָך פֿון דעם פֿריִערדיקן, וועסנעדיקן שבת איז בײַ אונדז פֿאַרבליבן אַ פֿאַרכאַפּנדיקע און אָנגעווייטיקטע טעמע – די בויונג פֿון טואַלעטן בײַם ים, אין ברײַטאָן-ביטש. וועגן די טואַלעטן האָב איך שוין אַ מאָל געשריבן און וויל זיך ניט אומקערן צו אָט דעם סיפּור-המעשׂה. כאָטש ס׳איז דאָ וועגן דעם וואָס צו זאָגן, ווײַל עס ווייעט פֿון דעם מיט אידיאָטישקייט, און אפֿשר מער ווי אידיאָטישקייט.
אָבער לאָמיך זיך אָפּרײַסן פֿון די טואַלעטן און זיך אומקערן צו מײַן ציין-דאָקטער. זיץ איך מיט אַן אָפֿענעם מויל, און ער טוט דאָס וואָס ער דאַרף טאָן, אָבער ער איז אַ געניטער מענטש, אַזוי אַז די אַרבעט שטערט אים ניט צו רעדן. זאָגט ער מיר: „איר קענט זיך פֿאָרשטעלן, אויב אַזעלכע זאַכן קומען פֿאָר איצט, ווען מיט דער שטאָט פֿירט אָן בלומבערג. וואָס זשע וועט זײַן ווען צו דער מאַכט וועט קומען דער דאָזיקער דע בלאַסיאָ?‟ און ער האָט אַ קוק געטאָן אויף מיר, גלײַך ווי ער האָט געוואָלט איך זאָל זען דעם טיפֿן טרויער אין זײַנע אויגן.
איך וווין אין ברײַטאָן-ביטש שוין כּמעט עלף יאָר, אַזוי אַז מיך האָבן זײַנע ווערטער לחלוטין ניט געחידושט. ס׳רובֿ רוסיש-ייִדישע אימיגראַנטן פֿון דעם עלטערן דור קענען ניט אָנקוקן קיין דעמאָקראַטן. זיי האָבן אַ חשד, אַז דעמאָקראַטן ווילן זיי אַרײַנטרײַבן אין אַ קאָלכאָז צי אָפּטאָן נאָך עפּעס אַ זאַך פֿון אַזאַ שניט. ס׳איז שוין געוואָרן אַ מאָדע אַזאַ צו טענהן, אַז פֿאַר רוסישע זעען אויס דעמאָקראַטן צי, בכלל, ליבעראַלן ווי די קאָמוניסטן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. איך האַלט, אַז די דאָזיקע „פּאַראַלעל‟, מישטיינס געזאָגט, האָט קיין שום שײַכות ניט צו דער רעאַלער סיבה, דהײַנו: די מענטשן זײַנען געקומען פֿון אַ געזעלשאַפֿט, וווּ קיין ריכטיקע דעמאָקראַטיע איז ניט געווען בנימצא, וווּ מע האָט ניט געגלייבט, אַז ס׳איז נייטיק צו רעכענען זיך מיט פֿאַרשיידענע (עטנישע וכ׳) מינאָריטעטן. פֿון אָט דעם שטאַמט דער פּאַראַדאָקס, אַז מענטשן פֿון אַ “סאָציאַליסטישער געזעלשאַפֿט” ציט צו די רעכטע.
בײַ די יונגע רוסישע ייִדן, וואָס האָבן זיך געלערנט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז עס ניט אַזוי גראָדליניק. סאָציאָלאָגן און סתּם מענטשן, וואָס קוקן זיך צו צום מצבֿ אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה, האַלטן, אַז די יונגע זײַנען צעשפּאָלטן, מער אָדער ווייניקער 50 : 50, אויף (1) די וואָס שטימען אַזוי, ווי זייער עלטערן, דאָס הייסט פֿאַר רעפּובליקאַנער, און (2) די וואָס שטימען פֿאַר דעמאָקראַטן אָדער, לכל-הפּחות, ווײַזן די נטיה צו שטימען פֿאַר דעמאָקראַטן.
זייער אינטערעסאַנט האָט אויף דער צעטיילונג פֿון די יונגע רעאַגירט דער //www.jrtelegraph.com. דער דאָזיקער „ייִדיש-רוסישער טעלעגראַף‟ האָט אָנגעשריבן בזה-הלשון: „וואָס מער אונדזערע קינדער ווערן אויסגעשולט דורך מאַרקסיסטן אין הײַנטיקע פֿאַבריקן פֿון אינדאָקטריניזאַציע, וועלכע זײַנען אויך באַקאַנט ווי אַמעריקאַנער קאָלעדזשן, אַלץ ליבעראַלער וועלן זיי ווערן‟. אַ סבֿרא, אַז דער מחבר פֿון אָט דעם קאָמענטאַר איז מער באַהאַוונט פֿון מיר, ווײַל איך האָב אין מײַנע עלף יאָר אַרבעטן אין דער אַמעריקאַנער אַקאַדעמישער סיסטעם קיין מאַרקסיסט דערווײַל ניט באַגעגנט.
אַזוי צי אַזוי, אָבער ביל דע בלאַסיאָ, דער מיט אַ וואָך צוריק אויסגעוויילטער מייאָר פֿון ניו-יאָרק, האָט בײַ ייִדן באַקומען גאָר אַ שוואַכע שטיצע. פֿאַר אים האָבן געשטימט אין גאַנצן 53 (און אפֿשר אַפֿילו ווייניקער) פּראָצענט ייִדן. 44 פּראָצענט היגע ייִדן האָבן אונטערגעהאַלטן דווקא דעם רעפּובליקאַנער דזשאָזעף להאָטאַ, וואָס איז געווען באַזונדערס באַליבט בײַ רײַכע ייִדן פֿון “איסט-סײַד”, בײַ רוסיש-ייִדישע, ווי אויך בײַ פֿרומע ניו-יאָרקער תּושבֿים.
אמת, חסידים פֿון וויליאַמבסורג האָבן אָפּגעגעבן זייערע שטימען פֿאַר דע בלאַסיאָ – אַ סבֿרא, אַז די סאַטמאַרער האָבן בײַ אים אויסגעפּועלט עפּעס אַ צוזאָג. אַנדערש זעט עס אויס מיט די ליובאַוויטשער – זיי האָבן געשטימט פֿאַר דע בלאַסיאָ. פֿאַר וואָס? ווײַל מע באַשולדיקט דע בלאַסיאָ, אַז אין 1991, ווען ער איז געווען אַ יונגער אָנגעשטעלטער בײַם מייאָר דייוויד דינקינס, האָט ער ניט רעאַגירט גיך גענוג, כּדי אָפּצושטעלן די צונויפֿשטויסן אין קראַון-הײַטס צווישן די ייִדן און די אַפֿריקאַניש-אַמעריקאַנער.
הקיצור, האָבן די וואַלן נאָך אַ מאָל באַוויזן, אַז די ניו-יאָרקער ייִדן זײַנען צעטיילט אויף גרופּעס, וואָס האָבן אין גאַנצן פֿאַרשיידענע פּאָליטישע, עקאָנאָמישע, סאָציאַלע און קולטורעלע אינטערעסן. צו אָט די אינטערעסן וועלן זיך צוקוקן און צושמעקן די לײַט, וועלכע הייבן שוין אָן פּלאַנירן די קומענדיקע וואַלן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.