דעם 2טן נאָװעמבער 1946 איז געגרינדעט געװאָרן אויפֿן באָדן פֿון קרן־קימת לישׂראל אין גליל־העליון, בײַם ירדן, נישט װײַט פֿון כּפֿר־בלום, דער קיבוץ „נאות מרדכי”, אין אָנדענק פֿון מרדכי ראָזאָװסקי.
דער באָדן איז אויסגעלייגט געװאָרן מיט די בײַשטײַערונגען פֿון די אַרגענטינער ייִדן, דורך דער ספּעציעלער אַקציע „כּפֿר־אַרגנטינה” און דעריבער טראָגט די קאָלאָניע אויך דעם בײַנאָמען „געשאַפֿן פֿון אַרגענטינער ייִדן”. די קאָלאָניסטן האָבן געהערט צום קיבוץ געתּון און האָבן ס‘רובֿ געשטאַמט פֿון טשעכאָסלאָװאַקײַ, עסטרײַך און אַנדערע מיטל־אייראָפּעיִשע לענדער. קײן ארץ־ישׂראל זײַנען זיי אָנגעקומען אומלעגאַל אין יאָר 1939, און האָבן דורכגעמאַכט זייער הכשרה אין פֿאַרשיידענע ערטער, ביז ס‘איז פֿאַר זיי סוף־כּל־סוף אײַנגעאָרדנט געװאָרן אַן אַרבעט־לאַגער לעבן נהריה, װוּ זיי האָבן שוין אַנטװיקלט אַן אייגענע װירטשאַפֿט און אויך געגרינדעט אַ פֿאַבריק פֿון סאַנדאַלן, שטעקשיך און אָרטאָפּעדישע שיך.
בײַ דער גרינדונג פֿון „נאותּ מרדכי” איז פֿאָרגעקומען אַן איבערפֿאַל פֿון די אַראַבישע שכנים פֿונעם דאָרף זאַװיאַ. עס זײַנען געפֿאַלן קרבנות פֿון ביידע זײַטן און ביזן הײַנטיקן טאָג דערמאָנט מען שלמה בן־טובֿ, 19 יאָר אַלט און שלמה בן־יהודה (יודעלמאַן), 32 יאָר אַלט.
אָבער װער איז ער, מרדכי ראָזאָװסקי, װאָס נאָך אים טראָגט דער קיבוץ זײַן נאָמען?
קודם־כּל, אַ לערער, װאָס האָט פֿאַרשפּרייט זײַן װיסן אין די ייִדישע שולן פֿון אַרגענטינע, אין די קאָלאָניעס אויף דער פּראָװינץ און אין דער הויפּטשטאָט בוענאָס-אײַרעס.
אַ ישיבֿה־בחור אין דער מירער ישיבֿה, װוּ ער האָט געקנעלט טעג און נעכט אין דעם ים־התּלמוד, האָבן אויך דער בית־מדרש און די השׂכּלה־עפּאָכע געלייגט אַן אייביקן חותם אויף דער געשטאַלט פֿון זײַן גײַסטיקער פּערזענלעכקייט. די קלאַסישע רוסישע ליטעראַטור האָט אירס בײַגעטראָגן, און די קלאַסישע ייִדישע ליטעראַטור, ווי אויך די מאָדערנע העברעיִשע ליטעראַטור האָבן אויספֿאָרמירט דעם ערשטן ייִדישן אינטעגראַלן אינטעלעקטואַל אין אַרגענטינע.
ר‘ מרדכי, װי מען האָט אים גערופֿן, איז געװען רעליגיעז און װעלטלעך צו גלײַך, װי פּאַראַדאָקסאַל עס זאָל נישט קלינגען; צווישן די גרינדער פֿון דער ציוניסטישער פֿעדעראַציע אין אַרגענטינע, און אַ ייִדישער שרײַבער, װאָס האָט כּסדר רעאַגירט אויף די װעלט־פּאַסירונגען פֿון די 1930ער יאָרן אין אייראָפּע. ר‘ מרדכי האָט געשריבן העברעיִש און ייִדיש. צו ריידן איז אים געװען גרינגער ייִדיש. דער סאַמע עיקר פֿון ר‘ מרדכי איז פֿאַרבליבן אין זײַן לעבעדיקן װאָרט.
אין לעבן האָט ער געשפּרודלט מיט חכמה און מיט װערטלעך. אין ריידן איז ער געװען אַן אויסגעשפּראָכענער כּבֿד־פּה. ער פֿלעגט צו מאָל מוזן מאַכן אַ גרויסע אָנשטרענגונג אַרויסצוברענגען אַ װאָרט; און כאָטש ער איז געװען גענוג קלוג נישט צו לײַדן דערפֿון, האָט ער מסתּמא געטראַכט בײַ זיך: אויב משה רבינו האָט דאָס געמעגט זײַן, טאָ װער איז ער, װאָס זאָל קעגן דעם פּראָטעסטירן? יעקבֿ באָטאָשאַנסקי האָט אים דעפֿינירט װי דער כּבֿד־פּהדיקער סאָקראַט פֿון אַרגענטינער ציוניזם.
און עס איז כּדאַי צו דערהייבן דעם ר‘ מרדכי שבעל־פּה, װײַל זײַנס אַ קלוג אָדער אַ שאַרף װאָרט, אָדער אַפֿילו זײַנע אַ שׂיחות־חולין, זאָגן עדות ווי וועגן איינעם פֿון די שענסטע ייִדן, װאָס אין משך פֿון אַ קנאַפּן האַלבן יאָרהונדערט האָבן באַצירט דעם אַרגענטינער ייִשובֿ.
אייניקע ציטאַטן פֿון זײַנע אַרטיקלען:
— אונדזערע אור־זיידעס האָבן פֿאַרמאָגט אַ שלל מיט װעלטלעכקײט.
— די הײַנטיקע קינס, זיי איז פֿרעמד אַפֿילו דער באַגריף ברודער.
— אין נסים זײַנען ייִדן רײַך, כּמעט נישט װייניקער װי אין צרות.
— אַ װעלט מיט עשירים אַדירים האָבן זיך אַנטפּלעקט מיט זייער גאַנצער אומבאַהאָלפֿענער אָרעמקייט און נאַקעטקייט.
— װעט די װעלט אונדז דערלויבן אַ שטיקל טיש בײַ איר סדר? אָדער מיר װעלן בלײַבן נאָר בײַ די קשיות?
— נאַציאָנאַל־סאָציאַליזם איז אַ שעטנז־מלבוש, געװעבט מיט אַלע מינים פֿון שעדלעכע פֿעדים, גענייט אויף אַ סאָציאַליסטישן אונטערשלאַק.
— מיר מוזן האָבן אײַנזעעניש מיט אונדזערע אלישע בן אבויהס פֿון אַלע צײַטן, װײַל זיי זײַנען געװען גרויסע פּערזענלעכייטן און זייער פֿײַער איז ניט געװען קיין אש־זרה.
— דער באַגריף יהדות אַליין איז דאָך װעלטלעך און פּראָגרעסיװ; יהדות איז אַ גרויסער בוים מיט אַ סך צװײַגן, װאָס קאָן באַשיצן מיט זײַן שאָטן אַלעמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.