ווען איך בין געווען אַ יונגע פֿרוי פֿון צוואַנציק יאָר, פֿלעגט מען מיר אָפֿט זאָגן, אַז איך בין געראָטן אינעם טאַטן ע״ה — דער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר, מרדכי שעכטער. כ׳האָב אויך געוואָלט ווערן אַ ייִדיש־לערער; אָפֿט געהאַט אַ בוך אין דער האַנט; געווען אַ ביסל צעפֿלויגן („וווּ זענען מײַנע ברילן?‟ איז בײַ אונדז ביידן געווען אַן אָפֿטער רעפֿרען); ליב געהאַט עסן חלה מיט סמעטענע יעדן שבת אין דער פֿרי, און נאָך אַ סך אַנדערע ענלעכקייטן.
נאָר מיט איין זאַך זענען מיר געווען זייער אַנדערש: כ׳האָב שטאַרק ליב געהאַט די העברעיִשע שפּראַך. נישט בלויז די לשון־קודשדיקע ווערטער, וואָס געפֿינען זיך אין ייִדיש, נאָר דווקא עבֿרית, דאָס לשון וואָס אליעזר בן־יהודה — דער באַקאַנטער „שׂונא פֿון ייִדיש‟ — האָט געהאָלפֿן אַנטוויקלען ווי די אָפֿיציעלע נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון דער פּלאַנירטער ייִדישער מדינה.
ווי זשע איז געקומען צו מיר אַזאַ ליבע צו העברעיִש? איז די מעשׁה אַזאַ. ווי עס פּאַסט פֿאַר שעכטערס אַ טאָכטער, האָב איך במשך פֿון 11 יאָר זיך געלערנט אין די ייִדישע שולן, און טאַקע אויף ייִדיש: צו ערשט אין שלום־עליכם שול 21 אין בראָנקס, דערנאָך אין דער פֿאַראייניקטער מיטלשול, און פֿאַרענדיקט מיטן ייִדישן לערער־סעמינאַר. אויף דער גראַדויִרונג פֿונעם לערער־סעמינאַר האָט מען מיר אויסגעטיילט אַ פּריז פֿון דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע „ייִדיש־נאַציאָנאַלן אַרבעטער פֿאַרבאַנד‟: אַ צוזאָג פֿון 250$, וואָס כ׳וועל באַקומען אויב איך קויף אַ בילעט קיין ישׂראל. אין יענע יאָרן איז דאָס טאַקע געווען דער פּרײַז פֿון אַזאַ בילעט.
כ׳בין נאָך קיין מאָל נישט געווען אין ישׂראל, אָדער אַפֿילו געקלערט צו פֿאָרן אַהין — צום טייל, ווײַל כ׳האָב געוווּסט, אַז דער טאַטע האָט נישט פֿאַרגעבן דער מדינה פֿאַר איר לאַנג־יאָריקן אַנטאַגאָניזם צו דער ייִדישער שפּראַך. פֿון דער אַנדערער זײַט, ווי קען מען זיך אָפּזאָגן פֿון 250$? האָב איך זיך פֿאַרשריבן אויף אַ פֿיר־וואָכיקן זומער־אולפּן אין העברעיִשן אוניווערסיטעט, און באַשטעלט אַ הין־און־קריק בילעט קיין ישׂראל.
און אַ חידוש! מײַן טאַטע האָט נישט אויסגעדריקט קיין שום נעגאַטיווע געפֿילן וועגן מײַן פֿאָרן אַהין. פֿאַרקערט, ער האָט מיר אַפֿילו געגעבן די נעמען און טעלעפֿאָנען פֿון עטלעכע ייִדישע שרײַבער, וואָס כ׳זאָל זיך מיט זיי טרעפֿן, אַזוי ווי דער פּאָעט יוסף קערלער. וואָס אָבער יאָ? ער האָט מיך פֿאַרווערט צו פֿאָרן אין די „שטחים‟. צי דאָס איז געווען צוליב פּאָליטישע סיבות (מײַן טאַטע איז געווען בפֿירוש לינק־געשטימט), צי ווײַל ער האָט זיך געזאָרגט וועגן מײַן זיכערהייט, ווייס איך עד־היום נישט. אפֿשר אַ ביסל פֿון ביידע.
בקיצור, מײַן זומער אין ישׂראל איז געווען וווּנדערלעך. כ׳האָב געוווינט מיט פֿינף אַנדערע אַמעריקאַנער מיידלעך אין אַן אינטערנאַט אויף הר־הצופֿים און זיך געלערנט העברעיִש — סײַ דורך די קלאַסן, סײַ אויף דער גאַס. כ׳בין אַהיימגעקומען זינגענדיק נעמי שמרס ליד „מחר‟ (מאָרגן), און ממש פֿאַרליבט אין דער העברעיִשער שפּראַך. דער פֿאַקט, אַז מע קען פֿון אַ געוויסן שורש פֿון דרײַ אותיות צונויפֿשטעלן אָן אַ שיעור ווערבן, סובסטאַנטיוון און אַדיעקטיוון פֿון פֿאַרשידענע נואַנסן, האָט מיר אויסגעזען אַזוי שעפֿעריש און גלײַכצײַטיק זייער לאָגיש. האָב איך זיך צוגעזאָגט, אַז כ׳וועל ממשיך זײַן מײַן לערנען העברעיִש אין אַמעריקע.
מײַן פּלאַן איז אָבער נישט געלונגען. כ׳בין געווען אין מײַן לעצטן יאָר פֿון לערנען אין באַרנאַרד־קאָלעדזש; געאַרבעט ווי אַ ייִדיש־לערער אין אַן אַרבעטער־רינג שולע; אין די אָוונטן אַרויסגעגאַנגען מיט פֿרײַנד און „געזוכט ליבע‟, אַזוי אַז קיין צײַט אָדער געדולד זיך אָפּצוגעבן מיטן לערנען העברעיִש האָב איך נישט געהאַט.
און דער אמת איז, מײַן קענטשאַפֿט פֿון העברעיִש איז נאָך אַלץ געווען זייער שוואַך. ס׳איז מיר געווען שווער צונויפֿצושטעלן אַ זאַץ; כ׳האָב נישט פֿאַרשטאַנען קיין וואָרט ווען מע האָט צו מיר גערעדט אויף העברעיִש, און אין אַ ישׂראלדיקער צײַטונג האָב איך אַפֿילו די קעפּלעך קוים פֿאַרשטאַנען.
במשך פֿון די יאָרן האָב איך פֿאָרט זיך באַמיט צו לערנען מער. יעדע פּאָר יאָר האָב איך גענומען אַ העברעיִש־קלאַס איין אָוונט אַ וואָך. אויב כ׳האָב געפֿונען אַ העברעיִשע דערציילונג פֿאַר קינדער, באַגלייט מיט אַלע נקודות, האָב איך זיך אַוועקגעזעצט מיט אַ העברעיִש־ענגליש ווערטערביכל און געלייענט ווען נאָר כ׳האָב געהאַט אַ געלעגנהייט — פֿאָרנדיק אין דער באַן, וואַשנדיק די וועש, אָדער זיצנדיק אין פּאַרק, בעת מײַנע קינדער האָבן זיך געשפּילט.
מיט 15 יאָר צוריק האָב איך געגרינדעט אַ חודשלעכן „חוג עבֿרי‟ אין אַן אָרטיקער סינאַגאָגע, און מיט צוויי יאָר צוריק — אַ פּריוואַטן העברעיִש־קלוב פֿאַר מיר מיט עטלעכע חבֿרטעס.
„וואָס גייט עס דיר אָן צו קענען העברעיִש?‟ האָט מײַן מאַן, לייבל, זיך געקראַצט אין קאָפּ. „כּמעט אַלע ישׂראלים רעדן הײַנט ענגליש.‟
נו, אים איז גרינג דאָס צו זאָגן. ער קען דאָך שמועסן מיט ישׂראלים אויף העברעיִש ווען ער וויל; און מיט זײַנע לאַנדסלײַט רעדט ער פּויליש; מיט זײַנע רוסישע פֿרײַנד — רוסיש, און נאָך דרײַ אַנדערע שפּראַכן דערצו. אָבער איך רעד נאָר צוויי — ייִדיש און ענגליש — און בלויז ווײַל איך האָב זיי אײַנגעזאַפּט אין די קינדער־יאָרן; נישט ווײַל איך האָב זיך אַליין אונטערנעמען דאָס צו קענען. איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל האָב איך געוואָלט זיך אַליין אויסלערנען אַ שפּראַך פֿליסיק.
אָבער וואָס עלטער כ׳בין געוואָרן, אַלץ מער האָב איך דערפֿילט, אַז מײַן מי איז אומזיסט. יעדעס מאָל וואָס כ׳האָב זיך אויסגעלערנט אַ נײַ וואָרט — אַכלוסיה (באַפֿעלקערונג), אלימות (ברוטאַלער אויפֿפֿיר) אָדער אַ פּשוט וואָרט ווי תנור (אויוון), איז עס מיר אַרײַן אין איין אויער, און אַרויס אינעם צווייטן. אפֿשר בין איך טאַקע שוין צו אַלט זיך אויסצולערנען אַ שפּראַך? אפֿשר זאָל איך אַוועקגעבן דער אָרטיקער ביבליאָטעק אַלע מײַנע העבעריִשע ווערטערביכער און די קורצע מעשׂהלעך, און זיך געפֿינען אַ גרינגערן פּראָיעקט?
אָבער פּלוצלינג, מיט צוויי חדשים צוריק, איז פֿאָרגעקומען אַ זאַך, וואָס אַ דאַנק דעם האָב איך זיך, סוף־כּל־סוף, אויסגעלערנט רעדן העברעיִש מיט ישׂראלים און איבערלייענען אַ העברעיִשע צײַטונג: די 64־יאָריקע שווימערין, דײַאַנאַ נײַאַד, האָט באַוויזן צו שווימען, אָן שום באַשיצונג קעגן די בײַסנדיקע מעדוזעס (jellyfish), פֿון קובאַ קיין פֿלאָרידע. דאָס איז געווען אַ וועלט־רעקאָרד.
וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט נײַאַדס היסטאָרישע דערגרייכונג צו מײַן העברעיִש־לערנען? ווײַל נײַאַד האָט שוין פֿיר מאָל געפּרוּווט דאָס צו טאָן און יעדעס מאָל האָט זיך מיר אויסגעדאַכט, אַז זי דראַפּעט זיך אויף די גלײַכע ווענט. אַ פֿרוי אין די זעכציקער, וואָס פֿירט זיך, נעבעך, אויף ווי אַ פֿרוי אין די צוואַנציקער, און ווייסט נישט ווי נאַריש עס זעט אויס. און דאָך — האָט זי עס באַוויזן! זי האָט, אַ פּנים, אַרײַנגעלייגט איר גאַנצן כּוח און ווילן אין דעם איינעם ציל. זי האָט מסתּמא גאָרנישט געטאָן חדשים לאַנג, אַחוץ טרענירן זיך פֿאַר דעם שוווּם, און צום סוף — האָט זי טאַקע מקיים געווען איר חלום. מיט אַ מאָל האָב איך געקלערט: אויב דײַאַנאַ נײַאַד איז נישט צו אַלט צו שווימען פֿון קובאַ ביז פֿלאָרידע, בין איך זיכער נישט צו אַלט זיך אויסצולערנען העברעיִש!
כ׳האָב זיך אָנגעגאַרטלט מיט דער זעלבער קאָנצענטראַציע ווי דײַאַנאַ נײַאַד. כ׳האָב געקויפֿט דעם שפּאַנענדיקן ישׂראלדיקן ראָמאַן, „גוף שני יחיד‟ (צווייטער פּערזאָן) פֿונעם ישׂראלדיק־אַראַבישן שרײַבער סאַיִד קאַשואַ, און עס אָנגעהויבן לייענען, צוזאַמען מיט אַ העברעיִש ווערטערביכל, יעדן טאָג, פֿאָרנדיק אויף דער באַן צו דער אַרבעט און צוריק; דאָס הייסט — צום ווייניקסטן, צוויי שעה אַ טאָג; און שבת און זונטיק — נאָך לענגער. צוליב דער פֿאַרכאַפּנדיקער טעמע פֿונעם ראָמאַן — אַ מאַן איז חושד זײַן פֿרוי אין שפּילן אַ לינקע ליבע און גייט אויסזוכן איר געליבטן — קען איך דאָס בוך ממש נישט אַוועקלייגן!
מיט אַ מאָל זענען די אַלע העברעיִשע ווערטער און אויסדרוקן, וואָס האָבן יאָרן לאַנג זיך נישט געקענט צוקלעפּן צו מײַן זכּרון, געוואָרן מײַנע באַקאַנטע פֿרײַנד. איצט ווען איך שטיי לעבן מײַנע ישׂראלדיקע שכנים פֿאַרשטיי איך אַלע פּליאָטקעס וואָס זיי דערציילן! און מיט צוויי וואָכן צוריק האָב איך דורכגעמאַכט דעם אמתן „עקזאַמען‟, ווען דרײַ פֿרויען פֿון פּתּח־תּיקווה, וועלכע קענען נישט קיין וואָרט ענגליש, זענען געווען מײַנע געסט אויף אַ שבתדיקן מיטאָג, און צום ערשטן מאָל אין לעבן האָב איך, כּמעט צוויי שעה לאַנג, געפֿירט אַ שמועס אין גאַנצן אויף העברעיִש.
אָבער הײַנט־מאָרגן וועל איך שוין פֿאַרענדיקן דעם ראָמאַן, וועל איך דאַרפֿן זוכן נײַע לייענוואַרג אויף העברעיִש. אפֿשר וועל איך גאָר ווערן אַן אַבאָנענט פֿון „ידיעות אַחרונות‟? אַזוי וועל איך זיך שוין אויסלערנען די עכטע רעד־שפּראַך פֿון די הײַנטיקע ישׂראלים.
און נאָך דעם? איר ווייסט אפֿשר נישט, אַז פֿונעם זיבעטן ביזן צוועלפֿטן קלאַס האָב איך זיך געלערנט אין שול פֿראַנצייזיש, אָבער צוליב עפּעס אַ סיבה עס קיין מאָל נישט אויסגעלערנט פֿליסיק. נו, לאָמיר צוקלערן וואָס איך קען טאָן וועגן דעם…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.