מיט זיבעציק יאָר צוריק איז אין ניו־יאָרק דערשינען יוסף אָפּאַטאָשוס בוך „װען פּױלן איז געפֿאַלן‟. דאָס איז געװען אײנער פֿון די סאַמע ערשטע פּרוּװן צו באַזיניקן קינסטלעריש דעם חורבן, װאָס איז נאָך געװען אין סאַמע ברען. צו יענער צײַט איז אָפּאַטאָשו שױן געװען אַ געניטער היסטאָרישער שרײַבער, אָבער דאָ איז פֿאַר אים געשטאַנען אַ שװערערע אױפֿגאַבע: צו באַשרײַבן די היסטאָרישע קאַטאַסטראָפֿע פֿון זײַן אײגענער צײַט.
„װען פּױלן איז געפֿאַלן‟ איז ניט קײן היסטאָרישער ראָמאַן. דאָס איז אַ זאַמלונג פֿון קורצע דערצײלונגען, װאָס זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן צװישן 1938 און 1942. אָפּאַטאָשו איז געװען אײנער פֿון די לעצטע אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער, װאָס האָבן באַזוכט פּױלן ערבֿ דעם חורבן. ער איז געקומען קײן װאַרשע אַרום ימים־נוראָים אין 1938, אַ פּאָר חדשים פֿאַר דער „קרישטאָלנאַכט‟ און דעם גירוש פֿון פּױלישע ייִדן פֿון דײַטשלאַנד. אױפֿן װעג פֿון פּאַריז איז ער דורכגעפֿאָרן דײַטשלאַנד און געװען אַן עדות פֿון די ברוטאַלע באַהאַנדלונגען פֿון ייִדן דורך די נאַציסטן. דאָס געזעענע האָט אים געשטױסן צום געדאַנק: „װאָס פֿאַר אַ כּוח האָבן מיר, הײַנטיקע ייִדן, אַנטקעגנצושטעלן דעם רשעות פֿון דער װעלט? דער כּוח פֿון רעליגיע? פֿון סאָציאַלער גערעכטיקײט? פֿון װעלטלעכקײט? פֿון ייִדישקײט?‟
דאָס גאַנצע בוך איז אַ פּרוּװ צו פֿאַרענטפֿערן די דאָזיקע קשיא. יעדע קורצע מעשׂה דערצײלט װעגן דער ייִדישער גבֿורה, װאָס עס האָבן אַרױסגעװיזן ביז גאָר פֿאַרשידענע יחידים — פֿרומע און װעלטלעכע, אָרעמע און רײַכע, שטעטלדיקע און גרױס־שטאָטישע, מענער און פֿרױען, פּױלישע, דײַטשישע, רוסישע ייִדן. שױן אין 1943 האָט אָפּאַטאָשו געפֿונען דעם נאָמען פֿאַר דעם, װאָס עס קומט פֿאָר אין אײראָפּע: דער חורבן. ער באַגרײַפֿט דאָס װי אַ גרױסן גײַסטלעכן און פֿיזישן נסיון, װאָס איז אױסגעפֿאַלן אױף זײַן דור. און ער באַװײַזט, אַז פּשוטע ייִדן פֿון זײַן דור פֿאַרמאָגן ניט װײניקער גײַסטלעכן כּוח, װי זײערע אָבֿות. אָפּאַטאָשוס מעשׂיות לײענען זיך װי אַן ענטפֿער אױף י. ל. פּרצעס טענה, אַז דאָס מאָדערנע ייִדנטום איז שװאַכער און קלענלעכער אײדער די עלטערע דורות.
שרײַבנדיק אין די יאָרן 1938–1943, האָט אָפּאַטאָשו ניט געהאַט קײן גענױע ידיעות װעגן די געשעענישן אין פּױלן. און אײניקע פּרטים שטימען בײַ אים ניט מיט דער װירקלעכער געשיכטע, װי, למשל, דאָס בילד פֿון דער ייִדישער געטאָ אין קיִעװ אין 1942, װען די קיִעװער ייִדן זײַנען שױן צעשאָסן געװאָרן אין באַבי יאַר. דער שרײַבער האָט זיך פֿאַרלאָזט אױף זײַן קענטעניש פֿון מיזרח־אײראָפּע און אױף זײַן שעפֿערישן כּוח־הדמיון, אַזױ װי ער האָט עס געטאָן אין די היסטאָרישע ראָמאַנען זײַנע. דערפֿאַר מסתּמא האָט מען ניט אַרײַנגענומען דאָס דאָזיקע בוך אין דער קאַנאָנישער רשימה פֿון „חורבן־ליטעראַטור‟, הגם בשעתו איז דער גאַנצער טיראַזש געװען אױספֿאַרקױפֿט און מען האָט געדרוקט די צװײטע אױפֿלאַגע אין אַרגענטינע.
די לעצטע און לענגסטע געשיכטע, װאָס האָט געגעבן דעם נאָמען דעם גאַנצן בוך, ברענגט דעם לײענער צוריק קײן ניו־יאָרק. אינעם פּרעכטיקן אָפֿיס בײַם רײַכן אונטערנעמער אירװינג טריװעס אױפֿן ראָג פֿון בראָדװײ און פֿינפֿטער עװעניו, טרעפֿן זיך דרײַ אַמאָליקע װאַרשעװער ייִדן. זײ זײַנען דערשיטערט און דערשלאָגן דורך די נײַעס, אַז זײער הײמשטאָט איז געפֿאַלן. איצט בענקען זײ נאָך אַן „אמתן ייִדן‟. אױף מאָרגן זעצט זיך אײנער פֿון זײ, דער שרײַבער מיטן נאָמען שטראַל, אַװעק צו שרײַבן אַ דערצײלונג װעגן חורבן װאַרשע.
ער שילדערט, װי אין מיטן אַ שׂריפֿה קומען זיך די גערער חסידים צונױף שמיני־עצרת בײַ זײער רבין אינעם שטיבל. בעתן דוכנען קומט אַרײַן אַ דײַטשישער פּאַטרול, אָבער קײנער באַמערקט די סאָלדאַטן ניט, װײַל אַלעמענס קעפּ זײַנען געדעקט מיט טליתים: „דער אָפֿיצער האָט װי פֿאַרגעסן נאָך װאָס ער איז געקומען — און געקומען איז ער פֿאַרנעמען דעם עולם אױף אַרבעט. ער האָט זיך ניט געריכט צו טרעפֿן אין װאַרשע אַ רעליגיעזע סעקטע, װאָס קומט זיך צונױף באַהאַלטענערהײט ערגעץ אין אַ הױף. דאָס דאַרף מען אױסנוצן. ער איז דאָך נאָר צײַטװײַליק אַן אָפֿיצער. פֿון באַרוף איז ער אַן אַנטראָפּאָלאָג. […] מען דאַרף דאָס אַלץ פֿאַרצײכענען.‟ און װען דער אָפֿיצער האָט פֿאַרלאַנגט, אַז מען זאָל עפּעס פֿאָרזינגען, האָט דער חזן „אַ הײב געטאָן די נאַקעטע, האָריקע הענט און זיך צעשריגן: „שפוך חמתך על הגױים‟.
װען טריװעס האָט אױסגעהערט די מעשׂה, האָט ער זיך אָפּגערופֿן: „אַ גוטע זאַך… װײַל בײַ דער גאַנצער ירידה פֿונעם פּױלישן ייִד, פֿילט זיך דערהױבונג.‟ שטראַל האָט אים דערװידערט, אַז דער ייִדישער חורבן האָט אים אין גאַנצן צעבראָכן: „מײַן װעלטלעך ייִדישקײט איז ניט גענוג‟. אָבער װוּ געפֿינט מען אַן אמתן ייִדן אין ניו–יאָרק? און די דרײַ מענער לאָזן זיך זוכן זײער אַלטן קרובֿ, דעם גערער חסיד ר׳ איטשע, װאָס װאַלגערט זיך ערגעץ אין אַ שטיבל אױף הענרי־סטריט.
און ר׳ איטשע דערקלערט זײ זײַן װיזיע: „מיר װעלן טאַקע אַרױס פֿון דער װעלט־שׂרפֿה צעמזיקטע, מיר װעלן אַרױס ׳בשן ועין׳, דערפֿאַר געשטאַרקטע, אמתע ייִדן מיט בטחון.‟ און דאָס איז דער תּמצית פֿונעם גאַנצן בוך פֿון אָפּאַטאָשו. אין 1943 באַטראַכט ער דעם ייִדישן חורבן װי אַ קאַטאַסטראָפֿע, װאָס האָט באַפֿאַלן דאָס ייִדישע פֿאָלק װי אַ שװערער נסיון. אָבער ייִדן זײַנען בכּוח אױסצוהאַלטן זי מיט בטחון, װאָס זײ קאָנען שעפּן פֿון די יסודות פֿון זײער אמונה. דער חורבן איז ניט דער סוף פֿונעם ייִדישן קיום נאָר אַ באַװײַז פֿון זײער שטאַרקקײט.
„װען פּױלן איז געפֿאַלן‟ איז דער שלוס־פּרק אין אָפּאַטאָשוס סעריע פֿון היסטאָרישע ראָמאַנען, װאָס הײבט זיך אָן אין אַלטערטום מיט בר־כּכבא און רבי עקיבֿה און גײט דורך דעם גירוש־רעגנסבורג און דעם פּױלישן אױפֿשטאַנד ביז צו דער איצטיקער צײַט. װי עס האָט געזאָגט שטראַל, מסתּמא מיט אָפּאַטאָשוס אײגענער שטים: „האָט דאָך יעדע תּקופֿה איר ריח — װוּ איז דער ריח פֿון חורבן־פּױלן?‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.