אַמעריקאַנער דראַמע פֿילמירט אין ירושלים

US TV Series to Be Filmed in Jerusalem

עיר־דוד
עיר־דוד

פֿון ייִט״אַ

Published November 15, 2013, issue of December 06, 2013.

ירושלים. — אַ נײַע דראַמע אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־סטאַנציע „ען־בי־סי‟ וועט, צום גרויסן טייל, פֿילמירט ווערן אין מיזרח־ירושלים.

די פּראָגראַם, Dig (אויסגראָבונג), וועט פֿילמירט ווערן אינעם נאַציאָנאַלן פּאַרק „עיר דוד‟ (די שטאָט פֿון דוד המלך), אין דער געגנט סילוון (סילוואַן), אין דער אַלטער שטאָט, און ווערט פּראָדוצירט פֿון גדעון ראַף, דער שרײַבער פֿונעם סצענאַר פֿון דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע־סעריע „חתּופים‟ (ערובֿניקעס), וואָס מע האָט געוויזן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אונטערן נאָמען Homeland. טים קרינג, וועלכער האָט געהאָלפֿן שרײַבן דעם ענגלישן סצענאַר פֿון Homeland, וועט זײַן אַ מיט־מחבר פֿון Dig.

געוויינטלעך, וועט אַן אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־סטאַנציע אויספּרוּוון אַ נײַע פּראָגראַם דורך פֿילמירן בלויז איין קאַפּיטל, כּדי צו דערגיין, צי דער עולם איז פֿאַראינטערעסירט אין אַזאַ פּראָגראַם. דאָס מאָל אָבער האָט „ען־בי־סי‟ שוין געקויפֿט די ערשטע זעקס קאַפּיטלען, אַפֿילו אָן אַ פּראָבע־קאַפּיטל.

די דראַמע דערציילט די מעשׂה פֿון אַן אַמעריקאַנער „עף־בי־אײַ‟־אַגענט אין ירושלים, וועלכער אַנטדעקט אַ קאָנספּיראַציע בעת זײַן אויספֿאָרשן דעם מאָרד פֿון אַן אַמעריקאַנער אַרכעאָלאָג. לויטן פּלאַן פֿון די פּראָדוצענטן, וועט מען די פּראָגראַם טראַנסמיטירן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָנהייבנדיק בײַ סוף פֿון יאָר 2014, און וועט באַשטיין סײַ פֿון ישׂראלדיקע אַקטיאָרן, סײַ פֿון אַמעריקאַנער.

דער פּראָיעקט ווערט דורכגעפֿירט נאָך דעם ווי דער ירושלימער בירגער־מײַסטער ניר ברקט האָט יאָרן לאַנג געפּרוּווט איבערצײַגן די אַמעריקאַנער פּראָדוצירער צו ברענגען דעם פּראָיעקט קיין ירושלים. „די נײַע סעריע איז אַ ממשותדיקער טראָט פֿאָרויס אין אונדזער פּלאַן צו מאַכן ירושלים אַן אָנגענומען אָרט פֿאַר אינטערנאַציאָנאַלע פּראָדוקציעס,‟ האָט ער דערקלערט. „די רײַכע געשיכטע פֿון ירושלים קאָן נאָך צוציִען אַ צאָל טעלעוויזיע־ און פֿילם־פּראָדוקציעס, ווײַל זי האָט וווּנדערלעכע מעשׂיות צו דערציילן.‟

סילוון איז לעצטנס באַקאַנט געוואָרן פֿאַר אירע אָנגעשפּאַנטע באַציִונגען צווישן די ישׂראלים און פּאַלעסטינער. עס וווינען דאָרט 400 ייִדן און 31,000 פּאַלעסטינער.