נחמיה וועבערמאַנס ייִדיש

Nechemya Weberman‘s Yiddish

די פֿראַנצויזישע פּאָליציי אַרעסטירט זונות. אַ בילד פֿון עטיען זשאָראַ, 1745
Wiki Commons
די פֿראַנצויזישע פּאָליציי אַרעסטירט זונות. אַ בילד פֿון עטיען זשאָראַ, 1745

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published November 15, 2013, issue of December 06, 2013.

איינע פֿון די פּאָפּולערסטע טעמעס אין דער הײַנטיקער פֿרומער און „אָפּגעפֿאָרענער‟ בלאָגאָספֿערע זענען פֿאַרשיידענע סעקסועלע סקאַנדאַלן — דער עיקר, באַלעסטיקונגען פֿון קינדער דורך רבנים און מלמדים. ווען איך האָב אַ זוך געטאָן אינעם „גוגל‟ עפּעס אַ שמועס אָדער אַ פֿאָרשונג וועגן דעם חתם־סופֿר און ייִדיש, און אַרײַנגעשריבן די פֿראַזע „Chasam Sofer Yiddish‟. הרבֿ משה שרײַבער, באַקאַנט ווי דער חתם־סופֿר איז געווען אַ באַרימטער רבֿ, וועלכער האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף דער אידעאָלאָגיע פֿון די הײַנטיקע ייִדיש־רעדנדיקע חרדים. דאָס ערשטע, וואָס די מאַשין האָט מיר פֿאָרגעלייגט, איז געווען אַ דיסקוסיע מיטן קעפּל „צי ייִדיש איז הייליק?‟ אויף דער פּאָפּולערער וועבזײַט „ישיבֿה־וועלט‟: //www.theyeshivaworld.com/coffeeroom/topic/is-yiddish-holy

אינטערעסאַנט, טראַכט איך: לאָמיר אויך אַ קוק טאָן, וואָס אַנדערע מענטשן טראַכטן וועגן דער הייליקייט פֿון ייִדיש. דער „גוגל‟ האָט מיך אָפּגעפֿירט צו עפּעס אַ פֿרומען בלאָג מיטן נאָמען „טעכטער אין דער פּרשה‟. מיט אַ חודש צוריק, האָט די מחרבטע געטענהט, אַז אין געוויסע ייִדישע בילדונג־אַנשטאַלטן באַטאָנט מען, אַז די קינדער מוזן רעדן אויף ייִדיש, ווײַל ס׳איז אַ הייליקע שפּראַך פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער „אַלטער היים‟, פֿון גרויסע רבנים און פֿון דער עכטער תּורה־וועלט. נישט ווייניק חסידים האַלטן טאַקע, אויפֿן סמך פֿון פֿאַרשיידענע מיסטישע שיטות, אַז ייִדיש איז בעצם הייליק. פֿרעגט זי: האָט דער סעקסועלער באַלעסטיקער נחמיה וועבערמאַן, גערעדט מיט די באַלעסטיקטע אויף ייִדיש, צי אויף ענגליש? דער ענטפֿער איז: עס מאַכט נישט אויס, וואָסערע שפּראַך מע רעדט.

אַן אַנדער בלאָגער — אָדער, עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, בלאָגערטע — האָט איר געענטפֿערט, אַז ס׳איז „זייער נאַריש צו טראַכטן, אַז ייִדיש האָט וואָס־ניט־איז חשיבֿות‟. ס׳איז אַ שיינע שפּראַך, אָבער חס־וחלילה צו פֿאָדערן די תּלמידים אין אַ שול עס צו רעדן. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דאָס ייִדישע וואָרט „חשיבֿות‟ ווערט דערמאָנט אינמיטן אַן ענגלישן פּאַראַגראַף; ס׳קומט אויס, אַז נישט געקוקט אויף דעם נעגאַטיוון פּאַטאָס, האָט ייִדיש יאָ אַ געוויסע ווערט פֿאַר דער מחברטע.

ס׳איז נישט קיין גרויסער חידוש, אַז נישט אַלע ייִדיש־רעדער אין דער וועלט זענען געווען גרויסע צדיקים און תּלמידי־חכמים. אין בוענאָס־אײַרעס און אַנדערע אַרגענטינער שטעט געפֿינען זיך עטלעכע גאַנץ גרויסע ייִדישע בית־עולמס מיט אַ טרויעריקער געשיכטע. די אָרגאַניזאַציע „צבֿי מגדל‟ האָט, כּלומרשט, פֿאָרגעלייגט יונגע מיידלעך פֿון פּוילן אין רוסלאַנד אַ בכּבֿודיקע פּרנסה אין אַרגענטינע. למעשׂה, האָבן אַ סך מיידלעך געטראָפֿן אין די 1920ער יאָרן אין די לאַפּעס פֿון אַלפֿאָנסן, וועלכע האָבן זיי געצוווּנגען צו אַרבעטן אין באָרדעלן.

די ייִדישע קהילות האָבן נישט געלאָזט די זונות דאַוונען אין די שילן, נישט געוואָלט זיי מכּבד זײַן מיט אַ געהעריקער לוויה. צוליב דעם סכּנותדיקן כאַראַקטער פֿון דער פּראָפֿעסיע, זענען נישט ווייניק פֿון די גאַסן־מיידלעך געשטאָרבן; זייערע חבֿרטעס האָבן זיי באַערדיקט אויף אייגענע בית־עולמס; אויף די קבֿרים, לויטן גוטן ייִדישן מינהג, שטייט געשריבן: דאָ ליגט אַ אישה אַ צנועה, אַ צדיקת… אַלע באַטייליקטע אינעם ריזיקן געשעפֿט, וועלכער האָט אַרומגענומען עטלעכע לאַטײַן־אַמעריקאַנער לענדער — סײַ די אָנפֿירער, סײַ די קרבנות — האָבן גערעדט אויף ייִדיש. די אַלפֿאָנסן האָבן געשאַפֿן אייגענע שילן, וווּ אויף דער עזרת־נשים האָבן געדאַוונט די אָרעמע פּראָסטיטוטקעס.

אַזעלכע פּאַרשוינען, ווי נחמיה וועבערמאַן, קאָנען זיך נישט פֿאַרמעסטן מיט דער אַמאָליקער ייִדישער סעקס־אינדוסטריע, וועלכע האָט אויך געבליט אין דער „אַלטער היים‟, וווּ עס האָבן געוווינט נישט בלויז אידעאַליזירטע פּערסאָנאַזשן פֿון די הײַנטיקע מעשׂה־ביכלעך פֿאַר חסידישע קינדער, נאָר אויך ייִדיש־רעדנדיקע אונטערוועלטניקעס מכּל־המינים. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, האָט עס אָבער אַבסאָלוט נישט קיין שײַכות צו דער פֿראַגע, צי זיי האָבן גערעדט אויף אַ הייליקער שפּראַך.

די דערמאָנטע דיסקוסיע אויף דער וועבזײַט „ישיבֿה־וועלט‟, וועלכע איז אויסגעבראָכן מיט פֿיר יאָר צוריק, שאַפֿט אַן אײַנדרוק, אַז די הײַנטיקע ענגליש־רעדנדיקע חרדים זענען געפֿערלעכע פֿאַרביסענע שׂונאים פֿון ייִדיש, ערגער ווי די אַמאָליקע משׂכּילים. בלויז אַ פּאָר מענטשן האָבן דאָרטן איבערגעלאָזט פּאָזיטיווע קאָמענטאַרן. ס׳רובֿ באַטייליקטע האָבן זיך אָפּגערופֿן וועגן ייִדיש געפֿערלעך נעגאַטיוו. איינער האָט געזאָגט, אַז דאָס איז, אין דער זעלבער צײַט, אַ „זשאַרגאָן פֿון בעל־עגלות‟ און אַן „עמלקיש לשון‟; אַ צווייטער — באַטאָנט, אַז אַראַביש קאָן זײַן הייליק, אָבער זיכער נישט ייִדיש; אַ דריטער — אַז אין אַלט־גריכיש ליגט אַ געוויסע קדושה, אָבער ייִדיש איז דאָך די שפּראַך פֿון „שלום־עליכמס אַנטי־רעליגיעזע ביכער‟ און פֿונעם „סאָציאַליסטישן פֿאָרווערטס‟.

בקיצור, אויב מע זוכט אינעם „גוגל‟ עפּעס פּאָזיטיווס וועגן ייִדיש, שטויסט מען זיך גלײַך אָן אויף אַזאַ כוואַליע פֿון העסלעכע פֿאַרגלײַכן און אויסדרוקן. צי מיינט עס, אַז די אַלטע קעגנערשאַפֿט צום „זשאַרגאָן‟ גייט אָן ווײַטער אַפֿילו הײַנט, ווען בלויז עטלעכע הונדערט טויזנט מענטשן רעדן אויף ייִדיש?

ניין, פּונקט פֿאַרקערט. קודם־כּל, דער עצם־פֿאַקט, וואָס אַזעלכע דיסקוסיעס באַווײַזן זיך אויבן־אָן אינעם „גוגל‟, ווײַזט קלאָר, אַז ייִדיש ווערט אַלץ פּאָפּולערער אין די פֿרומע קרײַזן. די סיבה פֿון דער פֿאַרביסענער שׂינאה ווערט דערקלערט אינעם דערמאָנטן שמועס אויף דער „ישיבֿה־וועלט‟: אין אַלץ מער חרדישע ישיבֿות פֿאָדערט מען, אַז די קינדער מוזן רעדן אויף ייִדיש. די עקספּאַנסיע פֿון דער שפּראַך מאַכט אומצופֿרידן די פֿרומע ייִדיש־רעדער.

ס׳טײַטש, לערנען זיי אַ גאַנצן טאָג אין אַ כּולל, מיינענדיק, אַז זיי זענען די הייליקסטע ייִדן אין דער וועלט, און אַלץ מער חסידים האָבן די חוצפּה צו טענהן, אַז די אמתע טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט האָט צו טאָן מיט דער שפּראַך פֿונעם טרייף־פּסולן שלום־עליכם און „פֿאָרווערטס‟, און דערצו גיבן צו, אַז ס׳איז הייליק, אין פֿאַרגלײַך מיט לייזער פּערעלמאַנס מאָדערנעם עבֿרית.

די וואָך, האָבן די אַנאַליטיקער פֿונעם פֿאָרשערישן „פּיו־צענטער‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ שטודיע, לויט וועלכער כּמעט אַ דריטל פֿון די ייִדישע קינדער אין אַמעריקע ווערן איצט געבוירן אין די חרדישע משפּחות. וואָס מע האָט נישט דערמאָנט אין דער שטודיע, איז דער שפּראַכלעכער אַספּעקט פֿונעם דאָזיקן באַפֿעלקערונג־פֿענאָמען. דער סאַמער עקספּאַנסיווער סעקטאָר אין דער הײַטיקער ייִדישער אַמעריקע רעדט דווקא אויף דער ייִדישער שפּראַך, און טוט עס צוליב פּרינציפּיעלע צוועקן, נערווירנדיק די קעגנער פֿון ייִדיש אַפֿילו מער, ווי די אַמאָליקע אידעאָלאָגיע פֿונעם וועלטלעכן ייִדישיזם.