אינעם יאָר 1913 האָט זיך באַוויזן אין דער בריטישער קונסטוועלט אַ ראַדיקאַלער אַלטערנאַטיוו צו דעם קונסט־עסטאַבלישמענט. דער גרינדער פֿון דער באַוועגונג, “לאָנדאָן־גרופּע”, איז געווען דער ייִדישער סקולפּטאָר, דזשייקאָב עפּשטיין.
אין לאָנדאָן געפֿינען זיך איצט צוויי אויסשטעלונגען, וואָס באַערן דאָס 100סטע יאָר פֿון דער באַוועגונג. איין אויסשטעלונג, וואָס הייסט Uproar! (אַ סקאַנדאַל!), געפֿינט זיך אין דער “בען אורי־גאַלעריע” אין צפֿון־לאָנדאָן, און דאָרט קען מען טאַקע זען איינעם פֿון עפּשטיינס ווערק — Flenite Relief. די צווייטע אויסשטעלונג, אָרגאַניזירט פֿון דער “לאָנדאָן־גרופּע” אַליין, שטעלט אַרויס די ווערק פֿון די הײַנטצײַטיקע מאָלער.
Uproar! באַשטייט פֿון 50 ווערק געשאַפֿן במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 100 יאָר, וואָס שילדערן “די רײַכע געשיכטע פֿון בריטישן מאָדערניזם,” האָט דערקלערט רייטשעל דיקסאָן, איינע פֿון די צוויי קוראַטאָרן. דאָס זענען קינסטלער, וועלכע האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין די נײַע באַוועגונגען איבער אייראָפּע, ברפֿט פֿון קוביזם און פֿוטוריזם.
הגם Uproar! איז נישט קיין בפֿירושע ייִדישע אויסשטעלונג, אָבער אַ צאָל ווערק איז געשאַפֿן געוואָרן פֿון ייִדישע קינסטלער, בפֿרט פֿון די אַזוי־גערופֿענע “ווײַט־טשעפּעל ייִנגלעך”, וואָס אַ סך פֿון זיי זענען געווען קינדער פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אין ענגלאַנד. צווישן זיי: דאָס בילד “געטאָ-טעאַטער” (1920) פֿון דוד בראָמבערג, און “ליים — אַ לעקציע אין אַנאַטאָמיע” (1928) פֿון דזשייקאָב קריימער.
אַחוץ די “ווײַט־טשעפּעל ייִנגלעך” זעט מען אויך די ווערק פֿון שפּעטערדיקע ייִדישע קינסטלער פֿון דעם זשאַנער: “פּאָרטרעט פֿון נ. מ. סידאָ” (1957) פֿון לעאָן קאָסאָף, און “נאַרציסוס” (1942) פֿונעם דײַטשלאַנד־געבוירענעם ייִד, האַנס פֿײַבוש.
אָבער דער הויפּט־עקספּאָנאַט איז מאַרק געטלערס “די באַשאַפֿונג פֿון דער מוטער חווה” (1915), וווּ גאָט רײַסט חווהן אַוועק בײַ די האָר פֿונעם שלאָפֿנדיקן אָדם הראשון. לויט דער דערקלערונג אונטערן בילד, איז דאָס בילד דעמאָלט געווען פֿאַררעכנט פֿאַר נישט־פּאַטריאָטיש און “סובווערסיוו” אין מלחמה־צײַט, און גערטלער איז באַשולדיקט געוואָרן אין סענסאַציאָנאַליזם.
די אויסשטעלונג Uproar! וועט אָנהאַלטן ביזן 2טן מאַרץ 2014.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.