ידיעות פֿון מעלבורן

פֿון שרה זילבערמאַן

Published November 18, 2013, issue of December 06, 2013.

פֿאָרשונג וועגן מיסברויכן אין קינדער-היים

דער באַקאַנטער פּראָפֿעסאָר און יוריסט לויִ וואַלער פֿאָרשט אויס די מעגלעכקייט אַז פֿיזישע און סעקסועלע מיסברויכן זײַנען באַגאַנגען געוואָרן קעגן דרײַ קינדער אינעם בית-יתומים פֿונעם ייִדישן הילפֿס-פֿאָנד אין וויקטאָריע במשך פֿון די 1960ער יאָרן. דער הילפֿס-פֿאָנד אַליין האָט אים געבעטן אויספֿאָרשן דעם ענין און האָט איבערגעגעבן אַלע עקסיסטירנדיקע אינפֿאָרמאַציעס צו דער שטאָטישער פּאָליציי. די באַשולדיקונגען זײַנען געמאַכט געוואָרן אין חודש סעפּטעמבער הײַיאָר. דער פּרעזידענט פֿונעם הילפֿס-פֿאָנד האָט צוגעזאָגט פּסיכאָלאָגישע הילף, אַן אַנטשולדיקונג און אַפֿילו פֿינאַנציעלע אונטערשטיצונג פֿאַר די געליטענע; עס וועט אויך נישט פֿאַרווערט זײַן פֿאָרצוזעצן דעם ענין אין די געריכטן.

האָבן געליטענע אין ישיבֿה באַצאָלט שווײַגגעלט?

די סידנעיער פּאָליציי זאָגט, אז עס איז שווער צו געפֿינען אינפֿאָרמאַציע וועגן די סעקסועלע פֿאַרברעכנס, וועלכע זײַנען באַגאַנגען געוואָרן קעגן קינדער אינעם סידנעיער ישיבה-צענטער, און אויך, אַז זיי האָבן געהערט וועגן דער מעגלעכקייט, אַז אַ טייל געליטענע און אַנדערע זײַנען באַצאָלט געוואָרן, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז זיי וועלן נישט מעלדן דער פּאָליציי וועגן דעם ענין. דער עקזעקוטיוו-סעקרעטאַר פֿונעם ראַט פֿון אויסטראַלישן ייִדנטום האָט געזאָגט, אַז ער האָט קיין מאָל נישט געהערט וועגן אַזעלכע באַשולדיקונגען, נאָר אַז טאָמער האָט עמעצער יאָ באַצאָלט די געליטענע, זיי זאָלן שווײַגן וועגן דעם ענין, וואָלט דאָס געווען “געפֿערלעך”. די סידנעיער קהילה האָט אויסגעדריקט די זעלבע מיינונג. מעני וואַקס, דער פּרעזידענט פֿון דער אָרגאַניזאַציע “צדק”, האָט איבערגעגעבן די זשורנאַליסטן, אַז ער האָט געהערט וועגן אַזאַ פֿאַל אין אַנדערע קהילות, וווּ די געליטענע זײַנען באַצאָלט געוואָרן, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז זיי וועלן נישט מעלדן דער פּאָליציי וועגן די פֿאַרברעכנס, וועלכע זײַנען באַגאַנגען געוואָרן קעגן זיי.

פֿערטער מאַן אַרעסטירט אין סידנעי

אַ פֿערטער מאַן איז אַרעסטירט געווארן און ווערט באשולדיקט אין האָבן אָנטייל גענומען אינעם אָנפֿאַל אויף אַ ייִדישער משפּחה פֿרײַטיק דעם 26סטן אָקטאָבער.

73 יאָר זינט אָנקום פֿון שיף „דוניראַ‟

1,981 דײַטשע און עסטרײַכישע ייִדן זײַנען פֿאַרשיקט געוואָרן קיין אויסטראַליע אויף דער שיף „דוניראַ‟ אין יאָר 1940, און זײַנען פֿאַרשפּאַרט געוואָרן, צוערשט, אין אַ לאַגער אין ניו־סאַוט וויילס, און דערנאָך אין אַ לאַגער אין וויקטאָריע. די עלף לעבן-געבליבענע פֿון די אַזוי גערופֿענע „דוניראָ באָיס‟, האָבן זיך געטראָפֿן אָפּצומערקן זייער אָנקומען אין לאַנד. שפּעטער זײַנען צוגעקומען אַנדערע ייִדן פֿון סינגאַפּאָר. מערסטנס פֿון די בחורים האָבן שפּעטער געדינט אין דער בריטישער און אין דער אויסטראַלישער אַרמיי במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. אויפֿן אָרט פֿונעם לאַגער אין וויקטאָריע געפֿינט זיך איצט אַ מוזעום.

הזכּרה נאָך אומגעקומענע ייִדישע סאָלדאַטן

ייִדישע וועטעראַנען, וועלכע האָבן געדינט אין דער אויסטראַלישער אַרמיי אָדער אין דער אַרמיי פֿון נײַ-זעלאַנד זײַנען זיך צונויפֿגעקומען דעם 11טן נאָוועמבער אָפּגעבן כּבֿוד זייערע חבֿרים, וועלכע זײַנען געפֿאַלן אין קאַמף. די גרופּע זאַמלט געלט אויפֿצובויען אַ דענקמאָל מיט די נעמען פֿון די ייִדישע סאָלדאַטן, וועלכע זײַנען געפֿאַלן אין קאַמף במשך פֿון ביידע וועלט-מלחמות אין אַ ייִדישער געגנט. אַן ענלעכער דענקמאָל שטייט שוין אויפֿן אַלטן ייִדישן בית-עולם אין מעלבורן.

מיצווה־טאָג

65 פּראָיעקטן זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן פֿון יונגע און אלטע יידן פֿאַרן דריטן מיצווה-טאָג אין מעלבורן, סידנעי, פֿערטאַ און בריזבען. ייִדישע קהילות אין כּמעט 20 לענדער נעמען אָנטייל אינעם מיצווה-טאָג.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.