די וואָך האָט מען אין רוסלאַנד ווידער גערעדט וועגן דעם פֿילם „שיכעלעך‟ פֿונעם רעזשיסאָר קאָנסטאַנטין פֿאַם. דער פֿילם איז געווידמעט דעם אָנדענק פֿון חורבן־קרבנות. עס ווערט דערציילט די געשיכטע פֿונעם חורבן פֿונעם קוקווינקל פֿון אַ פּאָר רויטע ווײַבערישע שיך. מע באַווײַזט זייער וועג פֿון אַ שויפֿענצטער פֿון אַ קראָם אין פּאַריז ביז אוישוויץ.
אינעם פֿילם זענען ניטאָ קיין דיאַלאָגן, און די קאַמערע קוקט אַלע מאָל אַראָפּ, מע באַווײַזט נאָר די ערד, פּאָדלאָגע און פֿיס, און דער צושויער קאָן פֿאַרשטיין די געשעענישן לויט וואָס עס ווערט געוויזן: אָט קויפֿט די יונגע פֿרוי אַ פּאָר שיכלעך, אָט גייט זי שפּאַצירן, אָט לייענט זי אַ בוך בײַם ברעג ים, אָט דרייט זי אַ ליבע, אָט שטייט זי אונטער דער חופּה, אָט שפּילט זי מיט אַ קינד, און אַזוי ווײַטער, ביז זי איז אַרײַן אין אוישוויץ און די שיך לייגט מען אַרײַן אין גרויסן זאַק מיט אַנדערע שיך און שטיוול.
דער פֿילם איז אַרויס סוף־סעפּטעמבער און איז שוין נאָמינירט געוואָרן אויף עטלעכע פּרעמיעס, בתוכם אויף „אָסקאַר‟. די וואָך האָט ער געוווּנען דעם טיטל פֿונעם בעסטן קורצמעטראַזשן פֿילם אויפֿן פֿעסטיוואַל „’שטראַלנדיקער מלאך‟ אין מאָסקווע. דער פֿעסטיוואַל איז אינטערנאַציאָנאַל, אָבער האָט מער צו טאָן מיט פּראַוואָסלאַוונער גײַסטלעכקייט און רוסישער פֿאָלקסטימלעכקייט. די פּאַטראָנשע פֿונעם פֿעסטיוואַל איז דעם פּרעמיער־מיניסטער מעדוועדיעווס פֿרוי, און דער גײַסטלעכער אָנפֿירער — דער פּראַוואָסלאַוונער פּאַטריאַרך.
דער רעזשיסאָר, קאָנסטאַנטין פֿאַם, דערציילט, אַז ער איז פֿון אַ געמישטן אָפּשטאַם: זײַן טאַטע איז אַ וויעטנאַמער און זײַן מאַמע איז אַ ייִדישקע. ער האָט ניט געקענט זײַנע זיידע־באָבעס, און זײַן אינטערעס צו דער פֿאַרגאַנגענהייט פֿון זײַן משפּחה איז אַריבער צום אינטערעס צו דער געשיכטע פֿון דעם גאַנצן דור. דעם פֿילם האָט פֿאַם געווידמעט זײַן זיידנס, נחום מאַלקינס, אָנדענק.
אויפֿן פֿעסטיוואַל האָט פֿאַם געזאָגט, אַז אים איז זייער וויכטיק צו זײַן אַ פֿאַרטרעטער פֿון דער ייִדישער קהילה און פֿאָרצושטעלן דווקא אַ ייִדישן פֿילם. פֿונדעסטוועגן, האָט ער געזאָגט, וויל ער, מע זאָל אָננעמען דעם חורבן ניט נאָר ווי אַ ייִדישע טראַגעדיע, נאָר ווי אַ טראַגעדיע פֿון דער גאַנצער מענטשהייט.
***
די וואָך האָט דער נײַער ייִדישער מוזיי אָפּגעמערקט זײַן ערשטן געבורטסטאָג. זונטיק, דעם 17טן נאָוועמבער, האָט מען געקענט באַזוכן דעם מוזיי פֿרײַ, אָן קויפֿן אַ בילעט. געקומען זײַנען איבער טויזנט מענטשן. אַלע אָפּטיילן פֿונעם מוזיי האָבן אָרגאַניזירט באַזונדערע פּראָגראַמען: עקסקורסיעס, לעקציעס, מײַסטער־קלאַסן און אויפֿפֿירונגען. צווישן אַנדערע האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט ראַלף עפּלבאַום, וואָס האָט פֿאַנאַנדערגעאַרבעט דעם פּראָיעקט פֿונעם מוזיי — וועגן דער געשיכטע און פֿאַרקערפּערונג פֿון זײַן פּלאַן האָט ער דערציילט דעם עולם. נעכטן, דעם 19טן נאָוועמבער, האָט מען אָרגאַניזירט אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ לכּבֿוד דעם געבורטסטאָג פֿונעם מוזיי.
***
און אַ טרויעריקער ידיעה פֿון פּעטערבורג: דאָרטן איז געשטאָרבן מיכאַיִל פֿײַנשטיין, וואָס איז געווען אַן אָנגעזעענע פּערזענלעכקייט אין דער רוסישער ראָק־באַוועגונג. פֿון 1973 אָן האָט ער מיטגעאַרבעט אינעם בענד „אַקוואַריום‟, אין שפּיץ מיט באָריס גרעבענשטשיקאָוו. געשפּילט אויפֿן באַס, דערנאָך — אויף פּערקוסיע. שפּעטער איז ער געוואָרן דער פֿינאַנץ־דירעקטאָר פֿונעם בענד. ער האָט אויך אָנטיילגענומען אין קאָנצערטן פֿון אַנדערע ראָק־אַנסאַמבלען, איז געווען אַ ראַט־מיטגליד פֿונעם באַרימטן לענינגראַדער ראָק־קלוב און האָט אַרויסגעגעבן „אַקוואַריומס‟ צײַטונג „אַראָקס און שטער‟. פֿײַנשטיין איז געווען 61 יאָר אַלט.
***
יענע וואָך איז אין דעם אויבער־מישפּט פֿון רוסלאַנד פֿאָרגעקומען אַ זיצונג, געווידמעט דעם פּראָצעס פֿון מיכאַיל כאָדאָרקאָווסקי, געוועזענער אָליגאַרך און שפּעטער אָפּאָזיציאָנער, וואָס איז באַשולדיקט געוואָרן אין שטײַערן־מאַכינאַציעס; און זיצט שוין 10 יאָר אין תּפֿיסה. כאָדאָרקאָווסקי און זײַן קאָלעגע, פּלאַטאָן לעבעדיעוו, דער הויפּט פֿונעם באַנק „מענאַטעפּ‟, וואָלטן שוין מיט אַ פּאָר יאָר צוריק באַפֿרײַט געוואָרן, אויב ניט דער צווייטער פּראָצעס, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין 2010. כאָדאָרקאָווסקין און לעבעדיעוון האָט מען באַשולדיקט אין גנבֿה און ווידער פֿאַרמישפּט צו 14 יאָר תּפֿיסה. שפּעטער איז דער טערמין פֿאַרקירצט געוואָרן צו 11 יאָר. דער פּראָצעס האָט שוין לאַנג באַקומען אַ ריין־פּאָליטישן טעם, און אַלע באַשלוסן קריגן גלײַך אַ ברייטן רעזאָנאַנס. יענע וואָך האָט דער רוסלענדישער אויבער־געריכט אָפּגעוואָרפֿן דעם אָנקלאָג פֿון כאָדאָרקאָווסקיס אַדוואָקאַטן, און האָט זיך אָפּגעזאָגט צו רעווידירן דעם אורטייל פֿונעם יאָר 2010. דאָס הייסט, אַז כאָדאָרקאָווסקי וועט באַפֿרײַט ווערן ניט פֿריִער ווי סוף־אויגוסט 2014.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.