ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

די שטאָט בוענאָס־אַײַרעס האָט הײַיאָר װידער אָרגאַניזירט די „נאַכט פֿון מוזייען‟
די שטאָט בוענאָס־אַײַרעס האָט הײַיאָר װידער אָרגאַניזירט די „נאַכט פֿון מוזייען‟

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published November 21, 2013, issue of December 20, 2013.

אַן אָװנט װאָס האָט געדאַרפֿט װערן אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿון פּלוראַליזם, דיאַלאָג און אַ דעקלאַראַציע קעגן נאַציזם, האָט געזאָלט צעשטערט װערן דורך אַן עקסטרעם־פֿאַשיסטישער קאַטוילישער גרופּע מיטן נאָמען „גאָט, פֿאָטערלאַנד, היים‟. די קסענאָפֿאָבישע לעפֿעבריסטישע גרופּע, װאָס איז קעגן רעפֿאָרמען אין דער קאַטוילישער קירכע, האָט געשטיצט דעם היטלעריזם אין די 1930ער יאָרן, און איצט פּריידיקט אַנטיסעמיטיזם און אַנטי־ישׂראַליזם. זי איז ניט מסכּים, אַז ייִדן זאָלן אַרײַנקומען אין דער קאַטעדראַל מיט געדעקטע קעפּ און מען זאָל דערמאָנען דאָרט די „קרישטאָלנאַכט‟.

מיט רויִקע געמיטער האָט די קאַטוילישע אָנפֿירערשאַפֿט זיי געבעטן צו פֿאַרלאָזן דאָס פּלאַץ, ייִדישע פֿירער האָבן געפּרוּווט מיט זיי פֿירן אַ דיאַלאָג, און זיי האָבן פֿאַרלאָזט דאָס פּלאַץ. צװישן די פּראָװאָקאַטאָרן זײַנען געװען אַ פּאָר גלחים מיט זייער קלאַסישער ליידונג, װאָס געהערן צום עקסטרעמיסטישן סעקטאָר פֿון דער קאַטוילישער קירכע, אַן אָפּשפּאַלטונג פֿון די יעזויִטן, װעלכע זײַנען נישט מסכּים מיט דער װאַטיקאַנער פּאָליטיק פֿון די לעצטע יאָרן.

געזיגט האָט די טאָלעראַנטקייט, דער צװישן־רעליגיעזער דיאַלאָג קעגן די פֿונדאַמענטאַליסטן, און דער אָװנט איז פֿאָרגעקומען װי ער איז פּלאַנירט געװאָרן.

די ייִדישע אינסטיטוציעס, דעפּוטאַטן און סענאַטאָרן פֿון אַלע פּאָליטישע ריכטונגען, מיניסטאָרן און אַרגענטינער פּערזענלעכקייטן פֿון אַלע שאַטירונגען האָבן זיך סאָלידאַריזירט מיט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם אָװנט. דער סעקרעטאַר פֿאַר יוסטיץ און רעליגיעס, גיזשערמאָ אָליװיערי, האָט אויפֿגענומען אַ דעלעגאַציע פֿון דער „דאַיאַ‟ און זיי איבערגעגעבן, אַז די אַרגענטינער רעגירונג איז קעגן אַזעלכע מאַניפֿעטאַציעס פֿון אומטאָלעראַנץ.

דער פּויפּסט פֿראַנציס האָט דערמאָנט די „קרישטאָלנאַכט‟ בעת זײַן זונטיקדיקער רעדע אין אין װאַטיקאַן.


דער פֿילם װעגן שלום־עליכם „לאַכנדיק אין דער פֿינצטערניש‟ איז געװיזן געװאָרן אויפֿן ייִדישן פֿילם־פֿעסטיװאַל אין בוענאָס־אײַרעס, און איז פֿײַן אויפֿגענומען געװאָרן פֿונעם פּובליקום, װאָס האָט איבערגעפֿולט דעם זאַל בעת די 3 פֿאָרשטעלונגען.


בערנאַרד ליכטענבערג
בערנאַרד ליכטענבערג

דער לאַטײַן־אַמעריקאַנער ייִדישער קאָנגרעס האָט דערמאָנט דעם דײַטשישן גײַסטלער, בערנאַרד ליכטענבערג, צו די 70 יאָר נאָך זײַן טויט. ער איז פֿאַרפֿאָלגט און אַרעסטירט געװאָרן דורכן די נאַציס פֿאַר זײַן קריטיק קעגן די רציחות פֿון רעזשים. מען האָט אים באַפֿרײַט פֿון דער תּפֿיסה מיטן תּנאַי ער זאָל אויפֿהערן צו פּריידיקן. ווײַל ער איז ניט מסכּים געװען, איז ער פֿאַרשיקט געװאָרן קיין דאַכאַו. אויפֿן װעג איז ער געשטאָרבן אין אַ שפּיטאָל דעם 5טן נאָװעמבער 1943. דעם 7טן יולי 1996 האָט אים יאָהאַן פּאַולוס דער 2טער געהייליקט, און דעם 7טן יולי 2004 האָט אים „יד ושם‟ באַערט װי איינער פֿון די חסידי־אומות־העולם.


דער 4טער נומער פֿון „העפֿטן פֿון דער שואה“ איז פּרעזענטירט געװאָרן אין זאַל פֿון פּאַרלאַמענט פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס. דאָס בוך האָט אַרבעטן פֿון לערערס און פֿאָרשערס אויף דער טעמע, און װערט אַרויסגעגעבן פֿון דער שארית־הפּליטה, דורות פֿון דעם חורבן — דער 2טער דור פֿון קינדער פֿון פּליטים. דער נומער הייסט „פּנימער פֿון דער מענטשלעכקייט“, און באַהאַנדלט די מענטשלעכע נאַטור אין די טראַגישע מאָמענטן פֿון דער מענטשלעכער געשיכטע.


די דערציִערין און פּסיכאָאַנאַליטיקערין, מאָניקאַ שטילמאַן, האָט רעפֿעריר אויף דער טעמע „בנימין פֿון טודעלאַ, אַ רײַזנדער אין דער צײַט‟. זי האָט זיך מיט אַ פּאָר טעג צוריק אומגעקערט פֿון שפּאַניע, װוּ זי אַרבעט מיט מיט פֿאַרשיידענע דערציִונג־פּראָיעקטן און אָרגאַניזירט מיט דער מוניציפּאַליטעט פֿון נאַװאַראַ די רײַזע, װאָס בנימין האָט אונטערגענומען אין 12טן יאָרהונדערט.


דער הויפּט־רבֿ פֿון װענעזועלאַ, יצחק כּהן, האָט דערקלערט, אַז די באַציִונגען צװישן דער רעגירונג און קהילה האָבן זיך פֿאַרבעסערט. װאָס שײַך די אַנטיסעמיטישע דערקלערונגען אין צײַטונגען, װאָס שטיצן די אָפֿיציעלע פּאָליטיק, האָט ער געזאָגט, אַז ער האָט זיך געטראָפֿן מיטן אינערן־ און יוסטיץ־מיניסטער, מיגעל ראָדריגעז טאָרעס, װאָס האָט אים איבערגעגעבן, אַז דאָס זײַנען מאַניפֿעסטאַציעס, װעלכע זײַנען אויסער דעם קאָנטראָל פֿון דער רעגירונג. ער האָט אים פֿאַרזיכער, אַז דער פּרעזידענט מאַדוראָ װעט בקרובֿ באַזוכן אַ סינאַגאָגע.

דער רבֿ װעט װײַטער דענאָנסירן אַנטיסעמיטישע אויסברוכן און אויך אַרבעטן צו פֿאַרבעסערן די װענעזועלער באַציִונגען מיט ישׂראַל.


דער חורבן־מוזיי פֿון בוענאָס־אײַרעס האָט אָרגאַניזירט אַ סעמינאַר פֿאַר 1200 אַספּיראַנטן צו װערן פּאָליציי־מענער און אָפֿיצירן אין דער פֿעדעראַלער פּאָליציי. במשך פֿון צוויי טעג האָבן די אַספּיראַנטן געהערט לעקציעס פֿון ספּעציאַליסטן פֿאַר דערציִונג־פּראָגראַמען בײַם מוזיי. דער קאָמיסאַר דניאַל פּערעס און די לערערין נחמה שנײַד האָבן אָנגעפֿירט מיטן סעמינאַר.


די שטאָט בוענאָס־אַײַרעס האָט הײַיאָר װידער אָרגאַניזירט די „נאַכט פֿון מוזייען‟. דאָס איז אַן אונטערנעמונג װאָס צילט, אַז דער עולם זאָל זיך דערנענטערן צו די מוזייען, װאָס פֿונקציאָנירן אין דער שטאָט. הײַיאָר האָבן אַ 800,000 מענטשן באַזוכט בײַ די 190 מוזייען און קולטור־צענטערס, װאָס האָבן פֿונקציאָנירט ביזן העלן טאָג אַרײַן. אויטאָבוסן זײַנען געפֿאָרן די גאַנצע נאַכט. די ייִדישע מוזייען זײַנען ניט געװען קײן אויסנאַם, און זיי האָבן אויפֿגענומען צוויי מאָל אַזוי פֿיל באַזוכער, װי פֿאַר אַ יאָרן. דער ייִדישער מוזיי האָט אויסגעשטעלט טעמעס פֿון דער ייִדישער אימיגראַציע, אַנאַ פֿראַנקס אַ פּאַסיקע אויסשטעלונג, און אויך שולן האָבן געעפֿנט זייערע טויערן ביז שפּעט בײַ נאַכט מיט ספּעציעל צוגעגרייטע אויסשטעלונגען, קאָנצערטן און פֿילמען.


די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.