בשעת די וועלט פֿרעגט זיך: וואָס וועט זײַן מיט דער נוקלעאַרער פּראָגראַם אין איראַן? — פֿרעגן זיך די יאָרדאַניער: וואָס וועט זײַן דער תּכלית מיט זייער אייגענער פּראָגראַם? יאָרדאַניע האָט שטאַרק געליטן זינט דעם אויסבראָך פֿון דעם „אַראַבישן פֿרילינג‟ פֿון אַן עלעקטריע־מאַנגל און האָפֿט, אַז בויען אַ נוקלעאַרן רעאַקטאָר וואָלט געלייזט אירע פּראָבלעמען. נישט געקוקט אויף דער גרויסער נויטווענדיקייט, זײַנען אַ סך בירגער פֿאַרזאָרגט וועגן דער השפּעה אויף דער נאַטור־סבֿיבֿה און דער זיכערהייט פֿונעם פֿאָלק.
יאָרדאַניע איז אַן אָרעמע מדינה, וואָס שייך ענערגיע. זי האָט נישט קיין נאַפֿט, ווי איר שכנטע סאַודיע, און נישט קיין גאַז, ווי אירע שכנטעס ישׂראל און עגיפּטן. פֿאַר דעם אַראַבישן פֿרילינג פֿלעג זי אימפּאָרטירן כּמעט 100% פֿון איר ענערגיע, ווי גאַז, פֿון עגיפּטן. אַ סעריע אַטאַקעס אויף די רערן אין סיני האָט אָפּגעשטעלט דעם גאַז־שטראָם. אין דער זעלבער צײַט האָט יאָרדאַניע געמוזט פּראָדוצירן מער עלעקטריע צוליב דער כוואַליע סירישער פּליטים, וואָס האָט זי פֿאַרפֿלייצט. דער רעזולטאַט איז, אַז די פּרײַזן אויף עלעקטריע זײַנען געשטיגן צו אַ טאָטאַלן קאָסט פֿון ביליאָנען און, צוזאַמען מיט דעם גלאָבאַלן פֿינאַנציעלן קריזיס, פֿאַלן זיי צו לאַסט אויף דער אַזוי אויך שוואַכער עקאָנאָמיע.
די מדינה האָט אָנגעהויבן זוכן לייזונגען עס זאָל נישט טרעפֿן אַזאַ מאַנגל אין דער צוקונפֿט. איין געדאַנק איז געווען צו בויען אַ נוקלעאַרן רעאַקטאָר. מיט אַ חודש צוריק האָט די רעגירונג אויסגעקליבן די רוסישע פֿירמע „ראָסאַטאָם‟ צו בויען צוויי רעאַקטאָרס. ביזן יאָר 2021 וועט „ראָסאַטאָם‟ פּראָדוצירן אַרום 40% פֿון דער עלעקטריע אין יאָרדאַניע, אין פֿאַרגלײַך מיט די 96% פּראָצענט, וואָס ווערט אימפּאָרטירט הײַנט צו טאָג. לויט דער יאָרדאַנישער אַטאָמישער ענערגיע־קאָמיסיע וועט די מדינה אויך קענען נוצן די עלעקטריע, כּדי צו פּראָדוצירן טרינקוואַסער פֿונעם ים, און אַזוי אַרום אויך באַשיידן דעם געפֿערלעכן מאַנגל אין וואַסער.
אָבער נישט אַלע יאָרדאַניער זײַנען איבערראַשט פֿונעם געדאַנק, אַז מען וועט בויען נוקלעאַרע רעאַקטאָרן. נאָכן אַקצידענט אין פֿוקושימאַ, יאַפּאַן האָבן די אַנדערע אַראַבישע לענדער אָפּגעשטעלט זייערע פּלענער צו בויען רעאַקטאָרן. אמת, מען וועט קיין מאָל נישט זען קיין צונאַמי אין יאָרדאַניע, אָבער דאָך געפֿינט דאָס לאַנד זיך אין אַ ראַיאָן פֿון ערד-ציטערנישן. דער ירדן-טײַך איז, אייגנטלעך, אַ גרענעץ צווישן דעם אַפֿריקאַנישן און אַזיאַטישן קאָנטינענט, און עטלעכע מאָל האָבן די ערד-ציטערנישן צעשטערט גרויסע שטעט, ווי קיסריה אין ארץ-ישׂראל.
די אָרטיקע בעדויִנער שבֿטים זײַנען אויך פֿאַרזאָרגט וועגן דער השפּעה, וואָס אַזאַ אײַנריכטונג קאָן האָבן אויף דער נאַטור־סבֿיבֿה. מען האָט בדעה צו בויען דעם רעאַקטאָר אין קוסייר אַמראַ, אינעם מידבר, וווּ עס וווינען נאָר אַ הונדערט מענטשן; אָבער זיי נוצן דעם שטח פֿאַר אַגריקולטור, צוליב דעם גרויסן וואַסער־רעזערוווּאַר אונטער דער ערד. דער „באַני סאַכער‟־שבֿט האָט שוין דעקלאַרירט אַ מלחמה קעגן דעם נוקלעאַרן פּראָיעקט.
פֿון אַ פּאָליטישן שטאַנדפּונקט קריטיקירט מען דעם נוקלעאַרן פּראָיעקט, ניצנדיק די טענה, אַז ער איז פּשוט צו טײַער. ער דאַרף אָפּקאָסטן אַרום 10 ביליאָן דאָלאַר, און יאָרדאַניע וועט באַצאָלן נאָר 51% פֿון דער סומע; אָבער אַ געוועזענער ענערגיע-מיניסטער טענהט, אַז קיינער איז נישט מסכּים צו זאָגן דעם פֿאָלק, וויפֿל עס וועט קאָסטן צו אָפּערירן דעם רעאַקטאָר. ער רעכנט, אַז צום סוף וועט יאָרדאַניע באַצאָלן אַרום 50 ביליאָן דאָלאַר, און נישט נאָר 5.1 ביליאָן דאָלאַר. עס וועט אויך פֿאָדערן אַ סך וואַסער אָפּצוקילן דעם רעאַקטאָר, 500 מיליאָן מעטער אינעם גראַד דרײַ. די סבֿיבֿה-אַקטיוויסטן פֿרעגן: פֿון וואַנען וועט יאָרדאַניע קריגן אַזוי פֿיל וואַסער, אַז זי נוצט שוין איר אָפּגעניצט וואַסער פֿאַר אַגריקולטור?
נוקלעאַרע ענערגיע האָט באַקומען אַ שלעכטן שם אין עטלעכע מדינות, אָבער ס‘איז דער הויפּט-מקור פֿון עלעקטריע אין אַנדערע, ווײַל ס‘איז ביליק און פֿאַרסמט נישט די לופֿט. אין יאָרדאַניע זעט מען, אַז די גײַסט פֿון „נישט אין מײַן הויף‟ צעוויקלט זיך. דאָך, איז די רעגירונג געשטימט אָפּטימיסטיש. דער פֿאָרזיצער פֿון דער יאָרדאַניער נוקלעאַרער ענערגיע־קאָמיסיע, כאַלעד טוקאַן, האָט לעצטנס געזאָגט, אַז מען האָט שוין אונטערגעשריבן דעם אָפּמאַך מיט די רוסן. „מיט דעם הסכּם וועלן מיר נישט בלויז קריגן אַ זיכערן און סטאַבילן מקור פֿאַר ענערגיע, נאָר ס׳וועט אויך זײַן ביליקער ווי פֿאָסיל-ברענשטאָף,‟ האָט טוקאַן דערקלערט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.