עסט! ס’איז גוט פֿאַר אײַך!

Yes, You CAN Be Too Thin!


פֿון הערשל גלעזער

Published November 22, 2013, issue of December 20, 2013.

אינעם גאַנצן צימעס איבערן וואָרט „פֿעט” האָבן מיר פֿאַרגעסן, אַז ס’זענען אויך פֿאַראַן היפּוכדיקע ווערטער: „מאָגער, דאַר און דין”.

מאַמע־לשון האָט אַ לאַנגן צעטל סינאָנימען, חוץ די נאָר וואָס דערמאָנטע: „קוואַר, דאַר־און־קוואַר, איידל, צאַרט, שלאַנק, אָפּגעצערט, אויסגעמאָגערט, אויסגעדאַרט, אָפּגעצויגן, אויסגעווייקט, אויסגעדייווערט, אויסגעטריקנט, אײַנגעטריקנט, הויט־און־ביין‟ און נאָך און נאָך. אַ דאַרן פֿאַרגלײַכט מען מיט אַ האָר, מיט אַ סטרונע, מיט פֿלאַקס, מיט אַ שפּענדל, מיט אַ שטעקן אאַז”וו. אין איינעם פֿון זײַנע מאָנאָלאָגן זאָגט דזשיגאַן אויף אַ מאָגערן, אַז „נישטאָ וואָס אַרײַנצולייגן אין טעפּל אַרײַן”.

טשיקאַווע איז דאָס, וואָס דער צוגאַנג צו פֿעטלײַביקייט און מאָגערקייט איז אַ מאָל געווען אַנדערש פֿון הײַנט. אין אונדזער הײַנטצײַטיקער רײַכער געזעלשאַפֿט וויל יעדער זײַן וואָס דאַרער — לויטן ענגלישן ווערטל You can never be too rich or too thin ‘מע קען נישט זײַן צו רײַך אָדער צו דאַר’. אין אַ סך לענדער — דער הויפּט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָבער אויך צום טייל אין אייראָפּע און אַפֿילו אין רעלאַטיוו אָרעמע לענדער ווי מעקסיקע — איז פֿעטלײַביקייט ממש אַ פּלאָג, אַ מכּת־מדינה, וואָס ברענגט מיט זיך אַזוינע קרענק ווי צוקער, האַרצקרענק, הויכן בלוטדרוק אד”גל.

אין פֿֿֿאַרגאַנגענע צײַטן, אָבער, האָבן ייִדן, און נישט נאָר ייִדן, געהאַלטן אַנדערש. אונדזערע מיזרח־אייראָפּעיִשע באָבעס פֿֿֿלעגן אונדז אָנשטאָפּן מיט עסן, אָבער אויך איטאַליענישע, רוסישע, פּוילישע באָבעס שטאָפּן אָן זייערע אייניקלעך, וואָרן זיי געדענקען נאָך דעם טעם פֿון הונגערן. אויף אַזוי ווײַט, אַז בײַ ייִדן איז אַ „געזונטער” אַ דיקער, בשעת אַ דאַרער מוז זײַן קראַנק. אין זײַנע אַפֿאָריזמען האָט שלום־עליכם געשריבן, אַז דער סופּערלאַטיוו פֿון „בלאַס” איז „אַ שענערן לייגט מען אין דער ערד אַרײַן”, אָבער ס’וואָלט זיך דאָ פּונקט אַזוי גוט אַרײַנגעפּאַסט „דאַר”.

פֿאַראַן אויך דירעקטע פֿאַרגלײַכן מיט קראַנקע און קרענק. איינע פֿון די ערגסטע קרענק בײַ ייִדן איז דאָך געווען טובערקולאָז, האָט מאַמע־לשון אַ סעריע סינאָנימען פֿאַר דער מחלה: חוץ דעם נײַערן „טובערקולאָז” איז דאָ דאָס דײַטשמערישע „שווינדזוכט”, די סלאַוויש־שטאַמיקע „סוכאָטע” און „טשעכאָטקע” און די האַלב־פֿאַרגעסענע „(די) דאָר” און „(די) דער”, ווי אויך דער אייפֿעמיזם „די גוטע קרענק”. איז נישט קיין טראַפֿזאַך, וואָס איינער קען זײַן „דאַר ווי אַ סוכאָטניק” אָדער „די סוכאָטע אַליין” אַפֿילו ווען ער לײַדט נישט פֿון טובערקולאָז. און וואָס דען איז דער שורש פֿון „דאָר” און „דער” — דער אַדיעקטיוו „דאַר”!

אינעם הײַנטיקן דײַטשיש איז פֿאַראַן אַ וואָרט dürr, וואָס איז קודם־כּל טײַטש ‘וויסט, אויסגעטריקנט’, זעלטענער ‘מאָגער’. דאָס וואָרט קער זיך אָן מיט Durst ‘דאָרשט’. פֿאַראַן אויך dörren ‘טריקענען’, ווי, למשל, Dörrobst ‘געטריקנט אויפּס’. אַ ווײַטערדיקער קרובֿ דערפֿון איז דאָס ענגלישע toast ‘בראָטן (ברויט)’ — אין תּוך אַרײַן טריקנט מען דאָך ס’ברויט בײַם בראָטן עס — און אַפֿילו toast ‘מאַכן אַ לחיים (לכּבֿוד עמעצן)’, וואָרן דער מינהג איז לכתּחילה געווען אײַנטונקען אינעם ווײַן צי בראָנפֿן אַ געבראָטן שטיקל ברויט.

„מאָגער”, ווידער, נעמט זיך פֿונעם דײַטשישן mager און קער זיך אָן סײַ מיטן גרעקישן makros ‘לאַנג’ — אין דער הײַנטיקער וויסנשאַפֿטלעכער טערמינאָלאָגיע טײַטש אָפֿטער ‘גרויס’, אַ שטייגער, „מאַקראָעקאָנאָמיק” ‘עקאָנאָמיק פֿון גרויסן פֿאַרנעם’ — סײַ מיטן לאַטײַנישן macer, וואָס דערפֿון נעמט זיך ס’פֿראַנצייזישע maigre ‘מאָגער’; פֿונעם פֿראַנצייזישן קומט ס’ענגלישע meager ‘קנאַפּ’. נאָך אַ פּרט: אין ווילנע צווישן די וועלט־מלחמות, שרײַבט מאַקס ווײַנרײַך, האָבן זיך פֿאַרשפּרייט אַ צאָל סנאָבישע אַרויסרעד־דײַטשמעריזמען, וואָס איינער פֿון זיי איז געווען /mager/ שטאָטס „מאָגער”.

ס’ייִדישע „דין”, ווי אויך ס’דײַטשישע dünn, זאָגט מען גיכער אויף זאַכן („אַ דין שטיקל פּאַפּיר”) ווי אויף מענטשן; ס’ענגלישע thin, פֿאַרשטייט זיך, גילט אויך אויף מענטשן. די ווערטער קערן זיך אָן מיטן לאַטײַנישן tenuis ‘דין’, וואָס פֿון דעם שורש וואַקסן אַ וועלט מיט ווערטער אויף פֿראַנצייזיש און ענגליש; ס’רובֿ זענען צון אונדז נישט דערגאַנגען, אָבער פֿאָרט האָבן מיר פֿון דער ווערטער־משפּחה „פּרעטענזיע, סטאַנדאַרד/סטאַנדאַרט, קאָנטינענט, אינטענסיוו, עקסטענסיוו, טאָן, אינטאָנאַציע”. צו דעם שורש געהערן אויך די סלאַווישע ווערטער פֿאַר ‘דין’: טשעכיש tenký, פּױליש cienki, רוסיש tonkiy. טשיקאַווע, וואָס אויף אַ דאַרן זאָגט מען אויף רוסיש khudoy, בשעת דער טשעכישער עקוויוואַלענט, chudý, איז גאָר טײַטש ‘אָרעם’! לויט די מקורים איז דער עלטערער טײַטש דווקא ‘דאַר’, אָבער דאָס איז פֿאָרט אַ דוגמא פֿון דער נעגאַטיווער באַציִונג צו מאָגערקייט.



Highlight or double-click any word to see its English translationxDon't show again
loading