אָנהייב אָקטאָבער האָבן מיר באַריכט וועגן דעם באַשלוס פֿונעם אייראָפּעיִשן ראָט, זיך צו שטעלן קעגן דאָס מלען פֿון עופעלעך און קינדער, צוליב נישט־מעדיקאַלע סיבות און צו רעקאָמענדירן אַלע אייראָפּעיִשע לענדער צו פֿאַרווערן אַזאַ מלען דורך נײַע געזעצן. דער ראָט האָט דעמאָלט געזאָגט, אַז עופֿעלעך און קינדער קענען נאָך נישט פֿאַרשטיין די קאָנסעקווענצן פֿונעם מלען, און אַז מע דאַרף וואַרטן ביז זיי דערגרייכן אַן עלטער, ווען זיי וועלן אַליין קענען באַשליסן וואָס מע זאָל טאָן מיט זייערע קערפּערס.
דער באַשלוס האָט געברענגט צו שטאַרקע רעאַקציעס אַרום אייראָפּע. אין פֿראַנקרײַך האָבן ייִדן און מוסולמענער, די צוויי הויפּט־גרופּעס וואָס האָבן צו טאָן מיט דעם ענין אין לאַנד, פּראָטעסטירט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, כּדי זיך צו פֿאַרזיכערן, אַז מע וועט נישט אָננעמען דעם באַשלוס.
פֿאַרשיידענע אָרגאַניזאַציעס — אי ייִדישע, אי מוסולמענישע — האָבן צעשיקט פּעטיציעס. די פּעטיציע פֿונעם CRIF, דער רעפּרעזענטאַטיווער ראָט פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס אין פֿראַנקרײַך, האָט דערוועקט אַ סך רעאַקציעס אי בײַ ייִדן, אי בײַ נישט ייִדן.
זשאָעל מערגי, דער פּרעזידענט פֿון דער צענטראַלער קאָנסיסטאָריע פֿון ייִדן אין פֿראַנקרײַך, האָט געשיקט אַ בריוו דעם פֿראַנצייזישן פּרעזידענט פֿראַנסואַ האָלאָנד, און די וואָך האָט ער פּובליקירט האָלאָנדס אָפֿיציעלן ענטפֿער. אין זײַן בריוו האָט מערגי געזאָגט, אַז דער באַשלוס איז געקומען אין אַ תּקופֿה, ווען די ייִדישע קהילה אין פֿראַנקרײַך פֿילט זיך סײַ ווי אַטאַקירט אויף עטלעכע פֿראָנטן. ער האָט דערמאָנט, אַז נאָר לעצטנס האָט מען געהאַט אַ לאַנגע עפֿנטלעכע דעבאַטע מיט שטאַרקע קריטיקן אַרום דעם רעליגיעזן שעכטן בײַ ייִדן און מוסולמענער, און מע האָט אַפֿילו גערעדט וועגן דעם אין די דיסקוסיעס פֿון אַ פּאַרלאַמענט־קאָמיסיע וועגן דעם אינדוסטריעלן שעכטן. מערגי שרײַבט, אַז די איצטיקע קריטיקן פֿון דער מילה אין אייראָפּע צילן אין אַן אַנדער יסוד פֿון ייִדישקייט, און אַז אַפֿילו אויב זיי וועלן נישט האָבן קיין ממשותדיקע לעגיסלאַטיווע השפּעה, ווײַזן זיי פֿאָרט אויף אַ שעדלעכער אַטמאָספֿער, וואָס באַומרויִקט שטאַרק די פֿראַנצייזישע ייִדן.
אין זײַן ענטפֿער האָט האָלאָנד געזאָגט, אַז אין פֿראַנקרײַך קען מען פּראַווען אַלע רעליגיעס פֿרײַ און אומבאַגרענעצט; און אַז די אידעע פֿון געוויסן־פֿרײַהייט, וואָס מיינט, אַז יעדער איינער קען אויסקלײַבן זײַן רעליגיע און זײַן אמונה ווי ער וויל, ליגט אין האַרצן פֿונעם פֿראַנצייזישן פּרינציפּ פֿון וועלטלעכקייט.
ער האָט אויך באַשטעטיקט, אַז ס’איז נישטאָ קיין שום כּוונה צו באַגרענעצן אַזאַ סימבאָלישן אַקט פֿון דער ייִדישער רעליגיע און פֿון אַנדערע רעליגיעס, אַזוי לאַנג ווי מע פֿירט אים אויס לויטן פֿראַנצייזישן געזעץ. דאָס הייסט, אַז ביידע עלטערן מוזן מסכּים זײַן מיט דעם און אויב דאָס קינד איז גרויס גענוג, מוז מען אים אויך פֿרעגן.
האָלאָנד האָט ווײַטער געזאָגט, אַז פֿראַנקרײַך שטויסט זיך אָפּ פֿון דער דעקלאַראַציע פֿונעם אייראָפּעיִשן ראָט, וואָס האָט פֿאַרבונדן דעם ריטועלן מלען פֿון ייִנגלעך מיט דער באַרבאַרישער און אַכזריתדיקער „אויסשנײַדונג‟ בײַ מיידלעך אין געוויסע קולטורן. די אויסשנײַדונג בײַ מיידלעך אין אַ דעפֿאָרמירונג פֿון קערפּער וואָס איז נישט אָננעמלעך און האָט שווערע פֿיזישע און פּסיכישע קאָנסעקווענצן אויף זייער שפּעטערדיק לעבן, זאָגט האָלאָנד, און עס האָט גאָרנישט ניט צו טאָן מיטן מלען פֿון ייִנגלעך, וואָס איז אַפֿילו רעקאָמענדירט דורך געוויסע דאָקטוירים.
צוליב די שטאַרקע רעאַקציעס אַרום אייראָפּע האָט צום סוף דער אייראָפּעיִשער ראָט אַליין געמוזט זיך צוריקציִען פֿון זײַן באַשלוס. דער רבֿ משה לעווין, דער דירעקטאָר פֿון דער קאָנפֿערענץ פֿון אייראָפּעיִשע רבנים, האָט די וואָך פּובליקירט אַן אָפֿיציעלן קאָמוניקאַט, זאָגנדיק, אַז דער ראָט וועט נישט פֿאַרדאַמען די מילה.
דער סעקרעטאַר פֿונעם אייראָפּעיִשן ראָט, טאָרביאָרן לאַגלאַנד האָט אויך גערעדט וועגן דעם בשעת דער קאָנפֿערענץ פֿון אייראָפּעיִשע רבנים, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין בערלין מיט 10 טעג צוריק. ער האָט פֿאַרזיכערט די 200 רבנים וואָס זענען געקומען פֿון 30 פֿאַרשיידענע לענדער, אַז דער ראָט וויל בשום אופֿן נישט פֿאַרווערן די מילה.
זעט אויס, אַז מיט דעם האָט זיך געענדיקט אַ סקאַנדאַל וואָס האָט מאָביליזירט די ייִדן און מוסולמענער צו גלײַך אין גאַנץ אייראָפּע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.