ס׳איז שווער צו זײַן אַ ייִדישער טעאַטער־אַרטיסט, בפֿרט אויב מע פֿאָרט אין מוסולמענישע לענדער, וווּ עס בושעווען שווערע פּאָליטישע און מיליטערישע קאָנפֿליקטן. ווען דער Forward האָט לעצטנס זיך געוואָנדן צו צען אַרטיסטן פֿאַר אַן אַרטיקל וועגן זייערע איבערלעבונגען אין אַזוינע לענדער, האָבן בלויז צוויי מסכּים געווען. די אַכט אַנדערע, וועלכע זענען געפֿאָרן — אָדער גרייטן זיך צו פֿאָרן — אין די מוסולמענישע ”פֿײַער־זאָנעס“, האָבן זיך נישט געוואָלט באַטייליקן אינעם אַרטיקל, און אויב יאָ — געבעטן, מע זאָל נישט אָנגעבן זייערע נעמען.
דזשעני ראָמיין און דזשעסיקאַ ליטוואַק זענען צוויי אַרטיסטקעס, וועלכע דריקן שוין צענדליקער יאָרן אויס זייער פּאָליטישן אַקטיוויזם דורך טעאַטער. ראָמיין שטעלט פֿאָר מאַריאָנעטן־שפּילן און גאַסן־טעאַטער איבער דער וועלט, און ליטוואַק איז אַ דראַמאַטורג, רעזשיסאָר און דראַמע־טעראַפּעווט.
ראָמיין, וועלכע איז שוין יאָרן לאַנג אַ באַקאַנטע פֿיגור בײַם „קלעז־קעמפּ”, איז דערצויגן געוואָרן אין אַ לינק־געשטימטער, ייִדישיסטער משפּחה אין לאָנג־אײַלאַנד. „דאָס זײַן אַ ייִד האָט בײַ אונדז געמיינט פּאָליטישער אַקטיוויזם,” האָט ראָמיין געזאָגט. „די תּורה — און יאָ, מיר רעדן עס אַרויס ווי אויף ייִדיש, ׳טוירע׳ — הייסט יושר און גערעכטיקייט.“
אין 2007 האָט זי זיך דערוווּסט, אַז דער „באָנד־סטריט טעאַטער” זוכט מאַריאָנעטן־שפּילער, וואָס זאָלן פֿאָרן אין געפֿערלעכע ערטער, כּדי צו לערנען טעאַטער־קונסט מיט די פּשוטע אײַנוווינער. פּונקט דעמאָלט האָט מען גערעדט וועגן אינדיע, וווּ דער טעאַטער וואָלט מיטגעאַרבעט מיטן „אַפֿגאַנער גלות־טעאַטער” — אַ גרופּע אַפֿגאַנער, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן קיין פּאַקיסטאַן. די טרופּע האָט געשאַפֿן אַ פּראָדוקציע, „מעשׂה פֿון אַ פֿלישלאַנג”, וואָס האָט באַטאָנט די וויכטיקייט פֿון קינדער־רעכט.
בײַ ראָמיין האָט געמאַכט אַן אײַנדרוק, וואָס אינדיע איז סײַ שטאַרק אָרעם, סײַ פּרעכטיק שיין. „מע קוקט אַרויס פֿון די פֿענצטער בײַ נאַכט, זעט מען ווי חיות שלעפּן וועגענער אין די גאַסן, און אין הינטערגרונט — שפּילט מען הויכע מוזיק פֿונעם ׳קרישנאַ־טעמפּל׳. ס׳האָט מיר אויסגעזען, פֿון איין זײַט, ווי אַבסורדישער עקסטאַז, אָבער פֿון דער צווייטער — אַזוי פֿיל פּײַן.”
די פֿרויען האָט מען אָפֿט געצוווּנגען צו האָרעווען לאַנגע שעהען, געצוווּנגען זיי צו ווערן פּראָסטיטוטקעס אָדער זיי געלאָזט הונגערן. די אינדישע טרופּע איז באַשטאַנען פֿון בלויז מאַנסבילן, און ס׳רובֿ פֿון זיי — פֿרומע מוסולמענער. „מיר האָבן קיין מאָל נישט געטראָפֿן אַ פֿרוי ווי דו”, פֿלעגט זיי איר זאָגן. פֿלעגט זי זיי ענטפֿערן: „באַציט זיך צו מיר ווי צו אַ מאַן, אויב דאָס איז אײַך מער באַקוועם.”
ליטוואַק זאָגט, אַז ווען זי איז געפֿאָרן קיין איראַק, האָט זי זיך געריכט אויף אַנטי־אַמעריקאַנער געפֿילן, אָבער נישט אויפֿן אַנטיסעמיטיזם, וואָס זי האָט דאָרט דערזען. צוליב דעם וואָס זי איז אַ ייִדישע, האָט מען באַשטעלט פֿאַר איר אַ לײַבוועכטער טאָג און נאַכט, און איר איבערזעצער האָט איר געהייסן נישט דערציילן קיינעם, אַז זי איז אַ ייִדיש קינד. ווען זי האָט באַזוכט ביירוט האָט אַ באַוואָפֿנטער זיכערהייט־וועכטער קאָנפֿיסקירט איר פֿאָטאָ־אַפּאַראַט, ווען זי האָט אַראָפּגענומען אַ בילד פֿון אַ סינאַגאָגע.
ליטוואַק איז דערצויגן געוואָרן אין סאַן־פֿראַנציסקאָ אין די 1960ער און 70ער. איר מאַמע פֿלעגט סטרײַקן צוזאַמען מיט די אָרעמע פֿאַרמער, און אין דער היים האָט מען אָפֿט געשמועסט וועגן דעם קאַמף פֿאַר ציווילע רעכט פֿאַר מענטשן פֿון אַלע ראַסעס.
אין אויסלאַנד האָט ליטוואַק דערפֿילט די קאָמפּליצירטסטע געפֿילן אינעם פּליטים־לאַגער אין דזשענין, אויפֿן מערבֿ־ברעג, וווּ זי איז געקומען זיך צו באַטייליקן אינעם קאָנטראָווערסאַלן „פֿרײַהייט־טעאַטער‟. דער ציל פֿונעם טעאַטער איז צו שאַפֿן דראַמאַטישע ווערק, וואָס פּריידיקן פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע און פֿרײַהייט פֿון דער ישׂראלדיקער מיליטערישער אָקופּאַציע. „זיי רופֿן אַפֿילו נישט ישׂראל בײַם נאָמען”, האָט זי באַטאָנט. „זיי רופֿן עס ׳48”.
ליטוואַק פֿילט מיט מיט די מיטאַרבעטער פֿונעם „פֿרײַהייט־טעאַטער”, ווײַל זי זאָגט, אַז זי האָט אַליין דערזען די אונטערדריקונג מצד דער ישׂראל־רעגירונג בײַ די קאָנטראָלפּונקטן. „יעדער איז באַהאַנדלט געוואָרן ווי אַ פֿאַרברעכער — און איך אויך, ווײַל איך בין מיטגעפֿאָרן מיט די פּאַלעסטינער”.
אַ חודש לאַנג האָט זי מיטגעאַרבעט מיטן „פֿרײַהייט־טעאַטער”, אָבער מורא געהאַט צו זאָגן אירע קאָלעגעס, אַז זי איז אַ ייִד, און ווען זי האָט זיי דערציילט, אַז זי האָט בדעה צו פֿאָרן קיין תּל־אָבֿיבֿ, האָבן אירע פֿרײַנד זי געוואָרנט, אַז אויב זי פֿאָרט קיין ישׂראל, זאָל זי זיך נישט אומקערן צו זיי.
„זיי פֿאַרשטייען נישט דעם אונטערשייד צווישן אַ ייִד און אַ ציוניסט, אָדער אַפֿילו אַ ישׂראלי, וואָס איז נישט קעגן זיי”, האָט זי געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.