ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פּראָפֿעסאָר פֿרענק אָבערקלײַד
פּראָפֿעסאָר פֿרענק אָבערקלײַד

פֿון שרה זילבערמאַן

Published November 25, 2013, issue of December 20, 2013.

ייִדישער קינדער-דאָקטער פֿון מעלבורן ווערט באַערט אין שוועדן

פּראָפֿעסאָר פֿרענק אָבערקלײַד, דער ערשטער דירעקטאָר פֿונעם „צענטער פֿאַרן געזונט פֿון קינד אין דער געזעלשאַפֿט‟ בײַם קיניגלעכן קינדער-שפּיטאָל אין מעלבורן, און דעם מעלבורנער „מורדאָק קינדער פֿאָרשונג-אינסטיטוט‟, איז באַערט געוואָרן מיטן „נילס ראָזען וואַן ראָזענשטיין־מעדאַל‟ בײַ דער שוועדישער געזעלשאַפֿט פֿון מעדיצין און פֿון דער שוועדישער קינדער-מעדיצין־געזעלשאַפֿט — פֿאַר זײַן אַרבעט לטובֿת דעם געזונט פֿון קינדער אומעטום אין דער געזעלשאַפֿט.

זײַן ספּעציאַליטעט איז טאַקע דאָס געזונט און וווילזײַן פֿון יונגע קינדער. אָבערקלײַד פֿאָרשט אויס די אָנגייענדיקע השפּעה פֿון די יאָרן, איידער אַ קינד הייבט אָן צו לערנען זיך אין שול אויף זײַן אָדער איר אַנטוויקלונג. ער טענהט, אַז די אַנטוויקלונג פֿונעם קינדס מוח במשך פֿון די ערשטע צוויי יאָר פֿון זײַן אָדער איר לעבן איז אַזוי גיך און אַזוי וויכטיק, אַז זי האָט אַ השפּעה נישט נאָר אויפֿן קינדס דערציִערישער קאַריערע, נאָר אויך אויף זײַן אָדער איר גאַנץ לעבן. אָבערקלײַד אַרבעט אויך מיט מיטן ירושלימער „הדסה‟־שפּיטאָל. די אויסטראַלישע „הדסה‟־גרופּע העלפֿט באַצאָלן פֿאַרן „נאַציאַנאַלן צענטער פֿאַרן געזונט פֿון קינד אין דער געזעלשאַפֿט‟ בײַם „הדסה‟־שפּיטאָל.

פּראָפֿעסאָר אָבערקלײַד וועט באַקומען דעם מעדאַל און וועט האַלטן אַ רעפֿעראַט אין שוועדן במשך פֿונעם יאָר 2014.

13־יעריק מיידל זינגט מיט מיט דער זינגערין ביאָנסע בעת איר קאָנצערט

ביאָנסע און סאָפֿיע קאָטקיס
ביאָנסע און סאָפֿיע קאָטקיס

דאָס 13־יעריקע ייִדישע מיידל סאָפֿי קאַטקיס איז אין גאַנצן בלינד, הערט נישט גוט און האָט שוועריקייטן מיט די מוסקלען. זי וווינט אין פּערט, וווּ איר עלטערע שוועסטער עלי האָט געמאַכט אַ פֿילם וועגן איר שוועסטער. די וווילטעטיקע אָרגאַניזאַציע „האָפֿענונג פֿאַר קינדער‟ האָט געהאָלפֿן מאַכן דעם פֿילם, וואָס איז געשיקט געוואָרן צו דער אַמעריקאַנער זינגערין ביאָנסע, וואָס מאַכט אַ טורנע איבער אויסטראַליע. סאָפֿי איז אַ גרויסע אָנהענגערין פֿון ביאָנסען.

עלי האָט געבראַכט סאָפֿי אויף ביאָנסעס אַן אויסטראַלישן קאָנצערט, וווּ די זינגערין האָט זיך אָפּגעשטעלט פֿאַר די צוויי שוועסטער און באַקענט דעם גאַנצן עולם פֿון 15,000 מענטשן מיט סאָפֿין. זי האָט איר געגעבן אַ קוש אין באַק און פֿאַרבעטן דאָס מיידעלע מיטצוזינגען מיט איר. עלי זאָגט, אַז סאָפֿי איז געווען אויסער זיך פֿאַר פֿרייד.

דער באַריכט וועגן מיסברויכן קעגן קינדער אין וויקטאָריע ווערט פֿאַרעפֿנטלעכט

דער שטאַט וויקטאָריע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן באַריכט איבער דער אויספֿאָרשונג פֿון די רעאַקציעס פֿון רעליגיעזע אינסטיטוציעס אויף די באַריכטן פֿון סעקסועלע מיסברויכן קעגן קינדער. צווישן אַנדערע האָבן ייִדישע יחידים און אינסטיטוציעס זיך בײַטייליקט אין דעם באַריכט. די מעלבורנער קהילה, די אָרגאַניזאַציע צו באַקעמפֿן גוואַלד-אַקטן אין דער ייִדישער משפּחה, דער „ועד הרבנים‟, די געזעלשאַפֿטלעכע אַרבעטאָרין וויוויען רעסאַפֿסקי און מעני וועקס (דער גרינדער פֿון דער גרופּע „צדק‟, וואָס רעדט אין נאָמען פֿון די געליטענע) האָבן אַלע אָנטייל גענומען אין דער אויספֿאָרשונג. דער באַריכט אַנטהאַלט פֿופֿצן פֿירלייגן פֿאַר נײַע געזעצן, וועלכע זאָלן באַשיצן קינדער פֿון אַזעלכע מיסברויכן.

דער באַריכט שטרײַכט אונטער די וויכטיקע אַרבעט פֿון דער קהילה, וואָס האָט געשאַפֿן אַ גרופּע צו באַשיצן קינדער אינעם יאָר 2011. דער באַריכט גיט אויך איבער פּרטים וועגן דער אַרבעט פֿונעם ייִדישן הילפֿס-פֿאָנד צו באַשיצן קינדער; און גיט אויך איבער מיינונגען, אַז עס איז נישט גענוג אויסצולערנען קינדער ווי אַזוי זיך צו באַשיצן, נאָר אַז די אָרגאַניזאַציעס מוזן אויך דערציִען עלטערן צו פֿאַרשטיין די וויכטיקייט פֿון אינסטיטוציאָנעלער אַרבעט צו באַשיצן קינדער קעגן אַזעלכע און אַנדערע מיסברויכן.

דער באַריכט גיט איבער, אַז כאָטש דער „ועד הרבנים‟ האָט גערופֿן אַלע געליטענע איבערצוגעבן אַלע אינפֿאָרמאַציעס וועגן זייערע ענינים דער פּאָליציי, קוקט די פֿרומע פֿירערשאַפֿט קרום אויף צו ברענגען אַזעלכע ענינים אין ציוויל-געריכט, און אַז אַ טייל אינסטיטוציס האָבן באַצאָלט מע זאָל די פֿאַרברעכער אַרויסשיקן פֿון לאַנד, אָנשטאָט זיי צו מישפּטן אין ציווילע געריכטן, און אַזוי אַרום צו פֿאַרטיידיקן די יונגע געליטענע. אַ געוועזענער מיטאַרבעטער פֿונעם מעלבורנער ישיבֿה-קאָלעדזש איז געלאָדן געוואָרן אין געריכט די פֿאָריקע וואָך, וווּ ער איז אָפֿיציעל באַשולדיקט געוואָרן אין האָבן באַגאַנגען זעקס סעקסועלע מיסברויכן קעגן קינדער במשך פֿון די יאָרן 2009 און 2010. ער קומט ווידער אין געריכט דעם 2טן דעצעמבער הײַיאָר.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.