אַ משל צװישן די משלים

A Fable among Fables

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published November 26, 2013, issue of December 20, 2013.

די פֿיגור פֿון אליעזר שטײנבאַרג שטײט אַ ביסל אין דער זײַט פֿונעם ייִדישן ליטעראַרישן הױפּטשטראָם. ערשטנס, װײַל ער, שטיינבאַרג, האָט פֿאַרבראַכט זײַנע שאַפֿערישע יאָרן אין רומעניע, װאָס איז געװען אַ װײַטע פּראָװינץ אױף דער ייִדישער ליטעראַרישער מאַפּע. װי עס האָט געשריבן די װאַרשעװער צײַטונג „ליטעראַרישע בלעטער‟, „איז די ייִדישע ליטעראַרישע רומעניע װײַטער פֿון אונדז װי די ייִדישע ליטעראַרישע אַמעריקע‟. און דערצו נאָך האָט שטײנבאַרג זיך ניט געפֿילט הײמיש אין דער „רענדאַרסקער אַטמאָספֿער‟ פֿון רומעניע, הגם ער האָט געלעבט אין טשערנאָװיץ, אין דער סאַמע קאָסמאָפּאָליטישער שטאָט אין דער „גרױסער‟ רומענישער מלוכה, װאָס האָט אַרײַנגענומען בעסאַראַביע, בוקאָװינע און טראַנסילװאַניע.

צװײטנס, האָט שטײנבאַרג ניט איבערגעלאָזט קײן גרױסן ליטעראַרישן עזבֿון. דאָס רובֿ װערק זײַנע געהערט צו דעם טראַדיציאָנעלן זשאַנער פֿון דיכטערישן משל, װאָס איז געװען װײַט פֿון װאָסער ניט איז אַװאַנגאַרדיסטישע און מאָדערניסטישע עקספּערימענטן. און דאָך, װי עס דערװײַזט אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט אין זײַן גרונדיק געפֿאָרשטער און עלעגאַנט אָנגעשריבענער נײַער שטודיע „אַ משל זוכט אַ נימשל‟, שטײט שטײנבאַרג עד־היום אױף דער סאַמע קרײצונג פֿון די סאַמע װיכטיקע קולטורעלע און ליטעראַרישע אַנטװיקלונגען פֿון זײַן צײַט.

דאָס בוך עפֿנט זיך מיט אַ היסטאָריש־ביאָגראַפֿישן איבערזיכט, װאָס פֿאַרסך־הכּלט אַלע פֿאַראַנענע ידיעות װעגן שטײנבאַרגס לעבן און שאַפֿונג. שטײנבאַרג האָט אונטערגעהאַלטן לעבעדיקע פּערזענלעכע און ליטעראַרישע באַציִונגען מיט ביז גאָר פֿאַרשידענע יחידים און אָרגאַניזאַציעס. ער האָט קאָרעספּאָנדירט מיט ח. נ. ביאַליקן, געװען גוט באַקאַנט מיט איציק מאַנגערן, צװישן זײַנע יונגע תּלמידים זײַנען געװען משה אַלטמאַן און יעקבֿ שטערנבערג, װאָס זײַנען שפּעטער געװאָרן פֿירנדיקע פֿיגורן אין דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור. װעגן שטײנבאַרגן האָבן געשריבן שמואל ניגער, דובֿ סדן, שלמה ביקל; זײַנע װערק האָט מען איבערגעדרוקט עטלעכע מאָל אין פֿאַרשידענע לענדער.

װאָס איז דער סוד פֿון שטײנבאַרגס פּאָפּולערקײט? כּדי צו פֿאַרענטפֿערן די דאָזיקער פֿראַגע, באַהאַנדלט שפּיגלבלאַט פֿאַרשידענע מינים װערק: משלים, לירישע לידער, מעשׂהלעך. פֿאַרן אױסגאַנג־פּונקט פֿון זײַנע אַנאַליטישע חקירות נעמט ער צװײ פֿאַרשידענע קריטישע אױסטײַטשונגען פֿון שטײנבאַרגס בײַטראָג אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אין 1933, אַ יאָר נאָך דעם דיכטערס פּטירה, האָט ניגער באַטאָנט, אַז שטײנבאַרג האָט „געשאַפֿן אַ נײַעם סאָרט פֿאַבל, װאָס איז אָנגעזעטיקט ניט מיט טראַדיציאָנעלע אמתן, נאָר מיט אַ גײַסט פֿון מרידה, אַ פֿאַבל, װאָס רעװאָלטירט קעגן איר אײגענעם ׳קלאַסישן׳ געמיט‟. להיפּוך דערצו האָט סדן, מער װי דרײַסיק יאָר שפּעטער, באַטאָנט דעם טראַדיציאָנעלן מהות פֿון שטײנבאַרגס משלים און זײער „איבערפּאַרטײיִשקײט‟.

שטײנבאַרגס קינסטלערישער געדאַנק װאַלגערט זיך צװישן שאַרפֿער סאָציאַלער קריטיק און טיפֿן ספֿיקותדיקן פּעסימיזם. להיפּוך צו די קלאַסישע אײראָפּעיִשע משלים, האָט שטײנבאַרגס נימשל אָפֿטמאָל אַ טאָפּלטן זין, און צומאָל איז זײַן מײן ניט אין גאַנצן קלאָר. שפּיגלבלאַט דערקלערט דאָס אַזױ: „שטײנבאַרגן האָבן געגריזשעט די סאָציאַלע עװלות, ער האָט געפֿילט די ביטערקײט פֿון מענטשלעכן קיום — אָבער לױט זײַן װעלטבילד האָט ער געהאַלטן, אַז תּמיד װעלן בהמות בלײַבן בהמות און בעלי־בתּים — בעלי־בתּים.‟

שטײנבאַרג איז געװען זײער איבערקלײַבעריש װאָס שײַך זײַן שאַפֿונג, סײַ אין אינהאַלט און סײַ אין פֿאָרעם. ער האָט זיך געהאַלטן בײַם „נאַטוראַליזירטן‟ אױסלייג, לױט װעלכן מען פֿאַרשרײַבט העברעיִשע װערטער אױף ייִדיש פֿאָנעטיש, װי מען האָט עס געטאָן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און אין אײניקע „אינזיכיסטישע‟ פּובליקאַציעס אין אַמעריקע. ער איז געװען זײער קפּדניש אינעם אױסקלײַבן די טעקסטן פֿאַרן ערשטן באַנד „מעשאָלים‟, װאָס איז אַרױס אין טשערנאָװיץ אין 1932 באַלד נאָך זײַן פּטירה. דער צװײטער באַנד, מיטן ענלעכן, אָבער ניט אין גאַנצן אײגענעם, נאָמען „משלים‟, איז אַרױס ערשט אין 1950 אין תּל–אָבֿיבֿ. װי עס באַמערקט שפּיגלבלאַט, איז קײן „מהותדיקער חילוק‟ צװישן די משלים אינעם ערשטן און אינעם צװײטן באַנד ניטאָ, און עס איז ניט קלאָר, פֿאַר װאָס האָט דער מחבר ניט געװאָלט זײ דרוקן בשעתּו.

שפּיגלבלאַט דערמאָנט איציק מאַנגערס באַקאַנטע װערטער: „די ייִדישע דיכטונג אין רומעניע האָט געבראַכט דרײַ אױסטערלישע מתּנות דער ייִדישער ליטעראַטור: דעם משל, דעם גראָטעסק און די באַלאַדע.‟ דאָס זײַנען אַװדאי גאַנץ טראַדיציאָנעלע זשאַנערס, מיט אַ בכּבֿודיקן ייִחוס אין דער אײראָפּעיִשער ליטעראַטור. איז װאָס זשע איז דער חידוש אין שטײנבאַרגס משלים? אױף דער שאלה ענטפֿערט שפּיגלבלאַט: „דער חידוש, די נאָװינע, באַשטײט אין שטײנבאַרגס פּאָעטישן געװעב, אין אופֿן װי ער פֿלעכט אַרײַן אין משל בילדער און באַגריפֿן פֿון תּנ״ך, פֿון מדרש און אַגדתּא. מע װערט ממש פֿאַרכאַפּט פֿון דעם משלס פֿאַנטאַזיע, פֿון זײַן צױבער־געװעב.‟

שטײנבאַרג איז געװען פֿאַרטאָן מיט עפֿנטלעכער טעטיקײט אין דער תּקופֿה, װען דאָס ייִדישע לעבן איז געװען שטאַרק פּאָליטיזירט. אין טשערנאָװיץ איז ער געגאָלטן פֿאַר אַ לינקן, אָבער אין בראַזיליע האָט אים די אָרטיקע „ייִדסעקציע‟ גערודפֿט פֿאַר „נאַציאָנאַליזם‟. און דאָך אין זײַנע פּאָעטישע װערק שטײט די עסטעטיק העכער פֿון אידעאָלאָגיע. דאָס מאַכט אים נענטער צו די ניו־יאָרקער „יונגע‟, אײדער צו די פּאָליטיש־אַנגאַזשירטע דיכטער פֿון אײראָפּע, אַזעלכע װי פּרץ מאַרקיש אָדער אורי־צבֿי גרינבערג. שטײנבאַרג האָט געשריבן אױף ייִדיש, אָבער קײן אידעאָלאָגישער ייִדישיסט איז ער ניט געװען. ער האָט געהאַט סימפּאַטיע פֿאַר ארץ־ישׂראל, אָבער סוף־כּל־סוף, איז ער פֿאַרבליבן אין דער אַלטער הײם. און אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט געפֿינט זײער אַ פּאַסיקן באַגריף פֿאַר שטײנבאַרגס „גלױבן‟: „װעלטלעך–ייִדישע יחידישקײט‟.