חנוכּה־דאַנקטאָג — אַ גוט געשעפֿט

Thanksgivikkah is Good Business

די חסידישע ווערסיע פֿונעם אַמעריקאַנער „גאָטישן‟ פּאָרפֿאָלק
די חסידישע ווערסיע פֿונעם אַמעריקאַנער „גאָטישן‟ פּאָרפֿאָלק

פֿון עליזאַבעט דילטס (רויטערס)

Published November 26, 2013, issue of December 20, 2013.

הײַיאָר, פֿאַלט צונויף דער אַמעריקאַנער דאַנק־טאָג מיטן ערשטן טאָג חנוכּה. דער דאָזיקער גאָר זעלטענער צונויפֿפֿאַל האָט אַרויסגערופֿן אַ כוואַליע פֿון פֿאַרשיידענע טשיקאַוועסן. דער 10־יאָריקער אָשר, דער זון פֿונעם ניו־יאָרקער ייִד ענטאָני ווײַנטרויב, האָט געשאַפֿן אַ גיפּסענע חנוכּה־לאָמפּ, וואָס האָט אַ צורה פֿון אַן אינדיק. די משפּחה האָט שוין פֿאַרקויפֿט אויף דער אינטערנעץ מער ווי 6,000 אַזעלכע אינדיק־מנורות — „Menurkeys‟. דער טאַטע האָט געוואָרנט, אַז ער איז נישט זיכער, צי אַלע קונים וועלן זיי באַקומען באַצײַטנס, צוליב דער הויכער צאָל באַשטעלונגען.

אָשר ווײַנטרויב, אַ שול־תּלמיד פֿונעם פֿערטן קלאַס, האָט דערקלערט, אַז פֿאַר אים באַשטייט די ענלעכקייט צווישן דעם ייִדישן יום־טובֿ און דעם אַמעריקאַנער פֿײַערטאָג אין דעם, וואָס סײַ חנוכּה, סײַ דער דאַנק־טאָג, זענען די צײַט, ווען די משפּחות קומען זיך צונויף; ביידע צײַטן האָבן אויך צו טאָן מיטן ענין פֿון באַדאַנקען.

די אינדיק־מנורות זענען בלויז איינע פֿון פֿאַרשיידענע טשיקאַווע המצאות. די פֿירמע „מאַנישעוויטש‟, אַ פּאָפּולערער פּראָדוצירער פֿון כּשרן ווײַן און מאכלים, פֿאַרקויפֿט איצט בעקערײַ־פֿאָרמעס פֿאַר „חנוכּה־הײַזער‟ — אַ ייִדישער וואַריאַנט פֿון די אַמעריקאַנער „gingerbread houses‟ — הײַזעלעך געבויט פֿון צוקערלעך און אַנדערע נאַשערײַען פֿאַרן דאַנק־טאָג און ניטל.

די ייִדישע אינטערנעץ־קראָם „ModernTribe‟ פֿאַרקויפֿט אַ פּלאַקאַט, געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון גראַנט וווּדס באַרימט בילד „American Gothic‟, וווּ אַ פּאָרפֿאָלק אין די מלבושים פֿון דער קאָלאָניאַלער תּקופֿה שטייט בײַם געוויסן הויז אין עלדאָן, שטאַט אײַאָוואַ. אינעם אָריגינאַל, האַלט דער מאַן אויפֿן בילד אַ ווידלע, ווי אַ סימבאָל פֿון דער שווערער לאַנדווירטשאַפֿטלעכער אַרבעט. די שאַפֿער פֿון דער ייִדישער ווערסיע האָבן אָנגעצייכנט אַ חסידיש פּאָרפֿאָלק; אַנשטאָט אַ ווידלע, האַלטן זיי אַ חנוכּה־לאָמפּ.

דער ניו־יאָרקער ייִדישער מוזיי, וואָס פֿאַרקויפֿט די אינדיק־מנורות אויף זײַן וועבזײַט, לייגט אויך פֿאָר אַ צאָל אַנדערע סוּווענירן, וווּ די טראַדיציאָנעלע סימבאָלן פֿון חנוכּה און דעם דאַנק־טאָג ווערן קאָמבינירט. סטייסי זאַלעסקי, די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער מוזיי־קראָם, האָט באַמערקט, אַז דער דעקאָראַטיווער סטיל פֿונעם אַמעריקאַנער פֿײַערטאָג לאָזט זיך גרינג צונויפֿגעמישט ווערן מיט די סימנים פֿון חנוכּה. אָשר ווײַבטרויב האָט איבערגעגעבן, אַז ער קלײַבט זיך מנדבֿ צו זײַן פֿאַר צדקה־צוועקן ס׳רובֿ פֿונעם רווח, וואָס ער האָט באַקומען פֿונעם פֿאַרקויפֿן די „אינדיק־לעמפּ‟.