ייִדישע ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published November 26, 2013, issue of December 20, 2013.

פּיאָטר קאַדלטשיק — דער פֿאָרזיצער פֿון די ייִדישע קהילות אין פּוילן, מאָניקאַ קראַווטשיק — די פֿאָרזיצערין פֿון דער „פֿונדאַציע פֿון ייִדישע מאַיאָנטקעס‟ און הרבֿ שודריך, דער הויפּט־רבֿ פֿון פּוילן, האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט אַ הכּחשה אין שײַכות מיטן אַרטיקל אין „פֿאָרבס‟, וואָס האָט זיי קריטיקירט. אין דער הכּחשה זאָגן זיי, אַז ס’איז נישט אמת, וואָס די קהילה האָט פֿאַרקויפֿט ייִדישע גיטער פֿאַר אַ נידעריקן פּרײַז. פּראָפֿעסיאָנעלע עקספּערטן האָבן געגעבן זייערע אָפּשאַצונגען, איידער מען האָט פֿאַרקויפֿט די גיטער.

ס’איז נישט אמת, אַז די קהילה האָט פֿאַרקויפֿט די ייִדישע בית־עולמס אין טאָרון, לובלין און גליוויצע. די קהילה האָט יאָ פֿאַרקויפֿט דעם ייִדישן שפּיטאָל אין שעדלעץ, אָבער ער איז געווען ליידיק און אין אַ זייער שלעכטן מצבֿ. די קהילה האָט פֿאַרקויפֿט דעם בית־מדרש אין סאָקאָלאָוו, אָבער דער בית-מדרש איז נאָך פֿריִער פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ דירות-הויז, וווּ מענטשן האָבן געוווינט, און האָט נישט געדינט ווי אַ בית-מדרש. חוץ דעם, איז דער בנין געווען אין אַ שלעכטן טעכנישן מצבֿ.

ס’איז נישט אמת, אַז מאָניקאַ קראַווטשיק, די פֿאָרזיצערין פֿון דער „פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישע מאַיאָנטקעס‟ האָט געזאָגט, אַז מען דאַרף זײַן אַ גרויסער טיפּש, כּדי נישט צו פֿאַרדינען עטלעכע מיליאָנען אויף איר שטעלע. מאָניקאַ קראַווטשיק מאַכט נישט אַזעלכע וויצן, זאָגט די הכּחשה.

ס’איז נישט אמת, אַז פּיאָטר קאַדלטשיק איז דער ראָש פֿון דער לובלינער בית־עולם פֿונדאַציע. די געלטער וואָס די פֿונדאַציע האָט באַקומען, זענען גענוצט געוואָרן פֿאַר געהעריקע צוועקן און אין איינשטימונג מיט די תּקנות פֿון דער פֿונדאַציע.

דאָס פֿאַרדינגען אַ מיקווה פֿאַר אַ באַר אין פּיעסעטשנאַ לעבן וואַרשע איז געמאַכט געוואָרן אָן דעם אָנטייל פֿון פּיאָטר קאַדלטשיק.

ס’איז נישט אמת, אַז דער ציל פֿון דער ייִדישער קהילה איז די רעסטיטוציע פֿון ייִדישע גיטער, ווי עס שטייט געשריבן אינעם „דזושיִש טײַמס‟ און שפּעטער ציטירט געוואָרן אין „פֿאָרבס‟. די איצטיקע אָרגאַניזאַציע פֿון דער קהילה איז געשאַפֿן געוואָרן אין הסכּם מיטן געזעץ פֿון 1977, וואָס באַשטימט די באַציִונגען פֿון דער מלוכה מיט די ייִדישע קהילות.

***

די נאָזשיק־שיל
די נאָזשיק־שיל

בײַם אַרײַנגאַנג פֿון דער נאָזשיק־שיל קען מען לייענען אויף אַ מעשענעם לוח, אַז די שיל איז געראַטעוועט געוואָרן פֿון צעשטערונגען דורך די דײַטשן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, צוליב דעם וואָס זי האָט געדינט ווי אַ מאַגאַזין פֿאַרן דײַטשישן מיליטער.

דער חורבן איז מסתּמא דער שרעקלעכסטער קאַפּיטל אין דער ייִדישער געשיכטע און ס‘איז זייער שווער צו פֿאַרשטיין — טעאָלאָגיש, פֿילאָזאָפֿיש אָדער מענטשלעך.

ס’איז נישט קיין סוד, אַז אין דער פֿרומער סבֿיבֿה הערט מען די טענה, אַז דער חורבן איז אַ שטראָף פֿון גאָט פֿאַר דעם וואָס ייִדן האָבן זיך אַסימילירט און פֿאַרגעסן דעם ייִדישן גאָט און זײַן געבאָט. דער דאָזיקער אַרגומענט לײַדט אָבער פֿון אַ גרויסער שוואַכקייט, ווײַל וואָס פֿרומער דער ייִד איז, אַלץ שווערער איז אים געווען צו ראַטעווען. דווקא די אַסימילירטע ייִדן, וואָס האָבן חתונה געהאַט מיט קאַטוילישע פֿרויען, זענען נישט געווען געמלט, האָבן גוט גערעדט פּויליש און האָבן געהאַט נישט-ייִדישע חבֿרים, האָבן געהאַט אַ שאַנס זיך צו ראַטעווען. שוין אָפּגערעדט פֿון די וואָס די עלטער־באָבע האָט זיך געשמדט; זיי זענען שוין געווען אין גאַנצן זיכער. די חסידישע ייִדן מיט באָרד און פּאות, וואָס האָבן גערעדט נאָר ייִדיש און נישט געהאַט קיין קאַטוילישע חבֿרים, האָבן נישט געהאַט צו וועמען צו אַנטלויפֿן און כּמעט אַלע זענען זיי דערמאָרדעט געוואָרן — זיי און זייערע קינדער.
אפֿשר איז עס שווער צו אַקצעפּטירן, אַז דווקא גאָטפֿאָרכטיקע ייִדן זײַנען מער ווי אַלע פֿאַרטיליקט געוואָרן, אָבער אויב מען וויל זאָגן דעם אמת, קען מען די געשיכטע נישט פֿאַרבעסערן.

און צוריק צו דער נאָזשיק־שיל. די נאָזשיק־שיל איז גאַנץ געבליבן נישט ווײַל זי האָט געדינט ווי אַ מאַגאַזין. די נאָזשיק־שיל איז געראַטעוועט געוואָרן, ווײַל זי האָט געדינט ווי אַ שטאַל פֿאַר די דײַטשישע פֿערד. אמת, ס’איז שווער צו אַקצעפּטירן, אַז נישט נאָר גאָטס קינדער, נאָר גאָטס הויז איז געוואָרן צו שאַנד און צו שפּאָט. די געשיכטע אָבער טאָר מען נישט „פֿאַרבעסערן‟.

***

יוסף הען
יוסף הען

זונטיק, דעם 24סטן נאָוועמבער איז פֿאָרגעקומען אין ייִדישן טעאַטער אַ טרעפֿונג מיט יוסף הען, דער ייִדישער-פּוילישער שרײַבער, דראַמאַטורג און פֿילם־מענטש. עס לייגט זיך שווער אויפֿן שׂכל, אַז כּמעט זיבעציק יאָר נאָכן חורבן שפּילן די ייִדן נאָך אַלץ אַ בכּבֿודיקע ראָלע אין דער פּוילישער קולטור. יוסף, אָדער יוזעף הען איז געוואָרן אַ בן־תּשעים, אָבער ער איז געבליבן שאַרף און וויציק.

הען איז געבוירן געוואָרן אין נאָוועמבער 1923 אין וואַרשע, און שוין ווי אַ קינד געשריבן געשיכטעס אין „מאַלע פּשעגלאָנד‟ — אַ סוף-וואָך צוגאָב פֿאַר קינדער פֿון דער גרויסער פּוילישער צײַטונג „נאַש פּשעגלאָנד‟. בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז הען אַנטלאָפֿן קיין רוסלאַנד, און אין יאָר 1947 האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן ערשט בוך „קיִעוו, טאַשקענט, בערלין‟, וווּ ער באַשרײַבט זײַנע איבערלעבונגען ווי אַ פּליט, און נאָכדעם אַ סאָלדאַט. הענס לעבן קען דינען ווי אַ שפּיגל פֿון דער פּוילישער און ייִדיש-פּוילשער געשיכטע אין אונדזער צײַט. פּוילן פֿאַרן חורבן, די מלחמה, דער סטאַלין־טעראָר, דאָס פּאָסט-קאָמוניסטישע פּוילן — אַלץ האָט ער מיטגעמאַכט. די רשימה פֿון זײַנע דערציילונגען, עסייען, ראָמאַנען, פּיעסן און פֿילמען איז אַ לאַנגע און אַן אימפּאָזאַנטע. הען איז נאָך אַ ייִדישער-פּוילישער שרײַבער, וואָס איז זייער פּאָפּולער אין וואַרשע, אָבער ווייניק באַקאַנט אין ניו־יאָרק אָדער תּל־אָבֿיבֿ.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.