זינט דאָס דירה־געלט אין דער „אָפּער וועסט סײַד‟ פֿון מאַנהעטן האָט געשטיגן צו אַסטראָנאָמישע הייכן, האָט אַ גרויסער פּראָצענט פֿון אירע יונגע ייִדישע אײַנוווינער — סײַ יחידים, סײַ פּאָרלעך — זיך אַריבערגעצויגן קיין ברוקלין, און בפֿרט אין די יוגנטלעכע געגנטן ווי פּאַרק־סלאָופּ, פּראָספּעקט־הײַטס און קאָבל־היל.
ס׳רובֿ פֿון די נײַע ברוקלינער זענען סעקולערע ייִדן, וועלכע זענען פֿרײַטיק־צו־נאַכטס מער גענייגט צו פֿאַרברענגען אויף קאָנצערטן אָדער אין עלעגאַנטע באַרס, איידער צו דאַווענען בײַ אַ מנין. פֿון דעסטוועגן, האָט הרבֿ אַרהן פֿינקלשטיין, אַ נײַער גראַדואַנט פֿונעם מאָדערן־אָרטאָדאָקסישן רבנים־סעמינאַר ”חובֿבֿי תּורה“, מיט צוויי יאָר צוריק זיך אונטערגענומען צו גרינדן אַן אָרטאָדאָקסישן מנין דווקא אין פּראָספּעקט־הײַטס, און איז געווען גליקלעך צו זען ווי גיך דער נײַער מנין האָט צוגעצויגן צענדליקער מיטגלידער — ס׳רובֿ פֿון זיי, אין די 20ער און 30ער.
לכתּחילה האָט מען זיך געטראָפֿן אין די דירות פֿון די מתפּללים, וואָס איז געווען זייער היימיש, אָבער קאָמפּליצירט, ווײַל יעדעס מאָל האָט מען געדאַרפֿט איבערפֿירן אַלע חפֿצים פֿון איין אָרט צום צווייטן. אַ שטיקל צײַט האָט מען געדאַוונט אין אַ כּל־בו געשעפֿט, לעבן לאַנגע רייען הענגענדיקע קליידער.
הײַנט טרעפֿט זיך די שיל אין אַ קלאַסצימער פֿון אַ קריסטלעכער אַקאַדעמיע אין פּאַרק־סלאָופּ, אָבער זי האָט נאָך אַלץ אַ נע־ונד־געפֿיל. אין די ימים־נרואים, למשל, איז דער קלאַסצימער געווען צו קליין פֿאַרן גרויסן אײַנפֿלוס פֿון מתפּללים, האָט די שיל זיך געטראָפֿן אין אַן אָרטיקער מוזיק־קאָנסערוואַטאָריע.
„נאָך מינחה, ראש־השנה, האָבן מיר געמוזט פֿאַרלאָזן דאָס אָרט, ווײַל די קאָנסערוואַטאָריע האָט זיך געדאַרפֿט צוגרייטן צו אַ קאָנצערט יענעם אויפֿדערנאַכט,‟ האָט פֿינקלשטיין דערציילט. „באַלד ווי מיר האָבן אָפּגעדאַוונט, זענען מיר — אַ קאַראַוואַן פֿון 20 מענטשן — געגאַנגען דורך די גאַסן פֿון פּאַרק־סלאָופּ, טראָגנדיק אַ ספֿר־תּורה, מחיצה און מחזורים צו מײַן דירה.‟
דאָס נע־ונד־געפֿיל איז אָבער נישט דווקא קיין מניעה פֿאַר די יונגע מיטגלידער. „מיר געפֿעלט, וואָס דאָס איז אַ שיל פֿון וואָלונטירן,‟ האָט דערקלערט רעבעקאַ גרינבערג, אַ 30־יאָריקע לערערין, וואָס האָט לעצטנס זיך אַרײַנגעצויגן אַהער פֿון סאַן־פֿראַנציסקאָ, און איז גלײַך געוואָרן אַקטיוו אינעם מנין, ווי די קאָאָרידנירערין פֿונעם קידוש יעדן שבת. „דאָס איז אַ שיל פֿון ענערגעטישע, שאַפֿערישע מענטשן, וווּ יעדער לייגט צו אַ האַנט,‟ האָט זי באַטאָנט.
דזשולי לאה שוגער, אַ 29־יאָריקע ייִדיש־רעדנדיקע מיטגלידין פֿון דער שיל, זאָגט, אַז איר האָט אויך צוגעצויגן די פֿרישקייט און נישט־באַזעצטקייט פֿון דער שיל. „איך פֿלעג אַרבעטן אינעם ׳הילל׳ בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, און כ׳האָב שטאַרק ליב די אַטמאָספֿער פֿון אַ ׳סטאַרט־אָפּ׳, פֿון בויען אַ קהילה פֿון סאַמע אָנהייב, וווּ יעדער וואָס קומט אַרײַן קאַטשעט אַרויף די אַרבל, און נעמט זיך צו דער אַרבעט,‟ האָט זי געזאָגט. איר ראָלע אין דער „פּראָספּעקט־הײַטס שיל‟: זי העלפֿט זאַמלען דאָס געלט. הײַיאָר האָט די שיל באַקומען פֿון דער ניו־יאָרקער „יו־דזשיי־איי‟ אַ סובסידיע פֿון 10,000$, כּדי אויסצופֿרעגן דעם עולם, ווי אַזוי די שיל קאָן בעסער דינען די אינטערעסן פֿון דער קהילה. דאָס געלט האָט אויך געדעקט די הוצאָות פֿון די שיל־פֿײַערונגען לכּבֿוד חנוכּה, פּורים, פּסח און שבֿועות.
אַ צאָל פֿון די מיטגלידער זאָגן, אַז דער גרעסטער צוצי פֿון דער ”פּראָספּעקט־הײַטס שיל“ איז די וואַרעמקייט און ענטוזיאַזם פֿון אירע מיטגלידער. דער שיל־פּרעזידענט, מיטשל בעקריצקי, אַן 28־יאָריקער דאָקטאָראַנט אין ביאָלאָגיע, און זײַן פֿרוי, ריקי, האָבן פֿריִער געוווינט אין קווינס, אָבער זיי האָבן נישט געפֿונען קיין מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע שיל, וווּ זיי האָבן זיך געפֿילט באַקוועם. „עס זענען געווען ווייניק מתפּללים פֿון אונדזער עלטער, און בדרך־כּלל, איז מען נישט געווען זייער גאַסטפֿרײַנדלעך.“
ווען זיי האָבן געהערט פּאָזיטיווע אָפּרופֿן וועגן אַ נײַעם יונגטלעכן מנין אין ברוקלין, האָבן זיי באַשלאָסן צו פֿאַרברענגען אַ שבת אין פּראָספּעקט־הײַטס, כּדי צו זען אויב די קהילה פּאַסט זיי, און ס׳האָט טאַקע געמאַכט אויף זיי אַ טיפֿן אײַנדרוק. ”פֿרײַטיק־צו־נאַכטס זענען אַזוי פֿיל מענטשן צוגעקומען צו מיר, כּדי זיך פֿאָרצושטעלן, אַז כ׳האָב נישט געקענט געדענקען ווער ס׳איז ווער,“ האָט בעקריצקי געזאָגט.
וואָס איז אָבער נאָך מער אינטערעסאַנט וועגן דעם מנין, איז וויפֿל פֿון די אַקטיווסטע מיטגלידער קומען פֿון נישט־אָרטאָדאָקסישע משפּחות. סײַ ריקי בעקריצקי, די פֿרוי פֿונעם שול־פּרעזידענט, סײַ שׂרה טשאָפּניק, די וויצע־פּרעזידענטין פֿון שיל־אָפּעראַציעס, זענען דערצויגן געוואָרן אין דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג.
”די נאָכמיטאָג־שול, וווּ כ׳האָב זיך געלערנט, איז געווען קאָנסערוואַטיוו, און מײַנע זומערן האָב איך פֿאַרבראַכט אין ׳קעמפּ רמה׳,“ האָט טשאָפּניק געזאָגט. ”רמה“ איז די אָפֿיציעלע נעץ פֿון זומער־לאַגערן אונטער דער השגחה פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג.
אָבער ווען טשאָפּניק איז אַוועק שטודירן אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט, איז זי אַנטוישט געוואָרן צו זען ווי ווייניק קאָנסערוואַטיווע ייִדישע סטודענטן האָבן געהיט שבת.
”דער קאָנסערוואַטיווער מנין אין בראַנדײַס איז געווען זייער שוואַך,“ האָט זי געזאָגט. ”הײַנט זענען פּשוט נישטאָ גענוג קאָנסערוואַטיווע ייִדן, וואָס היטן שבת. דערפֿאַר זענען אַ סך מענטשן, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן קאָנסערוואַטיוו, אַריבער אין די אָרטאָדאָקסישע קרײַזן, אַפֿילו אויב די השקפֿה איז גאָר אַן אַנדערע.“
מיט וואָס, אַ שטייגער, איז די אָרטאָדאָקסישע השקפֿה אַנדערש פֿון איר אייגענער? צום גרעסטן טייל — דער צוגאַנג צו פֿרויען. ”מיר וווינען אין אַ תּקופֿה, ווען פֿרויען זענען גלײַך מיט מענער אין דער עקאָנאָמישער ספֿערע, און דערפֿאַר פֿילן פֿרויען הײַנט, אַז די גאַנצע וועלט איז אָפֿן פֿאַר זיי,“ האָט זי געזאָגט.
הרבֿ פֿינקלשטיין, וואָס האָט זיך לעצטנס צוריקגעצויגן ווי דער רבֿ פֿון דער שיל, אָבער איז נאָך אַלץ זייער אַקטיוו, האָט טאַקע זיך באַמיט צו געבן פֿרויען אַ גרעסערע ראָלע און גלײַכצײַטיק פֿאַרזיכערן, אַז די שיל פֿירט זיך על־פּי־הלכה. שׂמחת־תּורה האָבן די פֿרויען דורכגעפֿירט זייער אייגן תּורה־לייענען, און הרבֿ דובֿ לינדזער, דער ראָש־ישיבֿה פֿון ”חובֿבֿי־תּורה“, האָט געהאַלטן אַ שיעור וועגן דעם ענין, פֿרויען און מגילה־לייענען. שבת אין דער פֿרי, טראָגט אַ פֿרוי די ספֿר־תּורה איבער דער ווײַבער־שיל, און אין די ימים־נרואים האָבן פֿרויען אַפֿילו געעפֿנט דעם אָרון־קודש.
הײַנט האָט די „פּראָספּעקט הײַטס שיל‟ נישט קיין רבֿ, אָבער צוויי מאָל אַ חודש קומט אַ רבנישער פּראַקטיקאַנט פֿון „חובֿבֿי־תּורה‟. בעקריצקי האַלט אָבער, אַז דאָס איז נישט גענוג. „ווען איך בין ערשט געוואָרן פּרעזידענט, האָט זיך מיר געדאַכט, אַז אַ רבֿ איז נישט אַזוי וויכטיק, ווײַל מיר האָבן גענוג וואָלונטירן אָנצופֿירן מיטן דאַווענען און די אַנדערע אַחריותן,‟ האָט ער באַמערקט. „אָבער איצט פֿאַרשטיי איך, אַז עס זענען דאָ אַ סך מעלות פֿון האָבן אַ רבֿ, וועלכער פֿירט אָן מיט די טאָג־טעגלעכע אָפּעראַציעס און העלפֿט אונדזערע מיטגלידער בעת זיי מאַכן דורך אַ גײַסטיקן קריזיס. ס׳איז שווער צו אימפּראָוויזירן פֿון איין וואָך צו דער צווייטער.‟ הגם פֿינקלשטיין איז מסכּים, אַז אַ שיל דאַרף האָבן אַ רבֿ, וועלן זיי דאַרפֿן זוכן אַ צווייטן, ווײַל הײַנט אַרבעט ער ווי אַ לערער פֿון לימודי־קודש און ייִדישער געשיכטע אין דער „חנה סענעש־טאָגשול‟, און זאָגט, אַז ער איז דאָרט זייער צופֿרידן.
ער איז אויך פֿאַרנומען אויף אַ גאָר אַנדער געביט: אין מײַ 2014 וועט ער, און דזשולי לאה שוגער, מיט וועלכער ער זיך טאַקע באַקענט אין דער „פּראָספּעקט הײַטס שיל‟, שטעלן אַ חופּה. דערבײַ וועט די שיל פּראַווען איר ערשטע חתונה, כאָטש ס׳איז קלאָר, אַז דאָס וועט ווײַט נישט זײַן די לעצטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.