דעם 18טן נאָוועמבער האָט דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט פֿראַנסואַ האָלאַנד גערעדט פֿאַר דער כּנסת און געלויבט די ייִדישע מדינה. ער האָט דערמאָנט די פֿראַנצויזישע ייִדן, וועלכע וווינען אין ישׂראל און פֿאַרזיכערט דעם ברייטן עולם — אין פֿראַנקרײַך און ישׂראל — אַז ער וועט נישט רוען אינעם „קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם‟.
זײַן גאַסטגעבער, פּרעמיער בנימין נתניהו, האָט אים אויך געלויבט, אַ גליקלעכער מיטן נײַעם ראָמאַנס צווישן ירושלים און פּאַריז, בפֿרט אין שײַכות מיט זייער פֿאַראייניקטער אָפּאָזיציע קעגן דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם.
איין זאָך, וואָס מע האָט אָבער נישט דערמאָנט איז, אַז די פֿראַנצויזישע ייִדן האָבן אין די לעצטע יאָרן פֿאַרלוירן זייער בטחון אין פֿראַנקרײַך, און גרייטן זיך צו עמיגרירן. אַ סך יונגע פֿראַנצויזישע ייִדן האָבן זיך שוין באַזעצט אין לאָנדאָן און ניו־יאָרק. אָבער אויב די עמיגראַציע וועט דערגרייכן אין די טויזנטער, וועט דער ציל כּמעט זיכער ווערן ישׂראל.
לויט דער לעצטער סטאַטיסטיק פֿון דער סוכנות, איז די ייִדישע עליה פֿון פֿראַנקרײַך געוואַקסן מיט 49% במשך פֿון די ערשטע נײַן חדשים פֿון 2013, אין פֿאַרגלײַך מיט 2012.
פֿון איין זײַט, איז די ייִדישע עמיגראַציע אַ טייל פֿון אַ גרעסערן פֿענאָמען: די עקאָנאָמישע אויסזיכטן פֿאַרן ייִנגערן דור אין פֿראַנקרײַך זענען איצט אַזוי שוואַך, אַז צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿונעם לאַנד, שמועסן אַ סך פֿראַנצויזן אָפֿנהאַרציק וועגן דער מעגלעכקייט פֿון אַ מאַסן־עמיגראַציע.
פֿון דער צווייטער זײַט, איז עס אויך אַ ספּעציפֿיש־ייִדישער ענין. במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צען יאָר טענהן אַ צאָל אָרטיקע ייִדישע כּלל־טוער, אַז ס׳איז נישטאָ קיין צוקונפֿט פֿאַר די ייִדן אין פֿראַנקרײַך. ערשטנס, זענען די אָרטיקע מוסולמענער געוואָרן מער עפֿנטלעך מיט זייער אַנטיסעמיטיזם; צווייטנס, האָט די רעכט־עקסטרעמיסטישע פּאַרטיי פֿון מאַרין לע־פּען ווידער אָנגעהויבן באַשולדיקן די ייִדן אין דעם סאָציאָ־עקאָנאָמישן קריזיס, און דריטנס, זעט מען איבער גאַנץ אייראָפּע ווי די לינק־געשטימטע אַקטיוויסטן פֿירן דורך פֿאַרשידענע געזעצן קעגן שחיטה און ברית־מילה.
מיט אַנדערע ווערטער, נישט בלויז אין פֿראַנקרײַך פֿילן זיך די ייִדן באַדראָט די טעג. אין יעדן לאַנד אין אייראָפּע דריקן די ייִדן הײַנט אויס זאָרג וועגן דער צוקונפֿט פֿון זייער קהילה. וויפֿל פֿון זיי וועלן טאַקע עמיגרירן, ווענדט זיך אַוודאי אין דער פֿראַגע, ווי לאַנג ס׳וועט זיך ציִען דער סאָציאָ־עקאָנאָמישער קריזיס? אָבער נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע און אויסטראַליע האָבן לעצטנס ממשותדיק באַגרענעצט די גרופּעס וואָס זיי דערלויבן אַרײַנצוקומען אין לאַנד, וועלן ס׳רובֿ פֿון די ייִדישע עמיגראַנטן פֿאָרן קיין ישׂראל.
צום גליק, איז ישׂראל הײַנט גענוג פֿאַרמעגלעך צו קאָנען זיך אַן עצה געבן מיט אַ מאַסן־עליה. ס׳וועט אָבער פֿאָרט קאָסטן זייער טײַער אַרײַנצונעמען הונדערטער טויזנטער אייראָפּעיִשע ייִדן, בפֿרט אויב אַ סך פֿון זיי וועלן זײַן אַלט, קראַנק אָדער אָרעם.
שטעלט זיך די פֿראַגע: וועט די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילה זײַן גרייט צו העלפֿן פֿינאַנצירן אַזאַ עליה? בדרך־כּלל, האָבן די אַמעריקאַנער ייִדן, זייערע פֿירער און אָרגאַניזאַציעס ווייניק פֿאַרשטאַנד אָדער אינטערעס אין די אייראָפּעיִשע ייִדן. זייער באַנעם פֿון דער וועלט נעמט אַרײַן, דער עיקר, בלויז צוויי לענדער: די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל.
צי די אַמעריקאַנער ייִדן וועלן זײַן גרייט צו העלפֿן זייערע ברידער און שוועסטער אין אייראָפּע, איז אַ פֿראַגע, וואָס מיר וועלן, צום באַדויערן, אין גיכן שוין וויסן. די שטורמישע וואָלקנס, וואָס פֿאַרזאַמלען זיך הײַנט איבער אייראָפּע, גיבן די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילה אַ גאָלדענע געלעגנהייט אויפֿצוטאָן גרויסע נסים פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק.
פּנחס לאַנדאַו איז אַן אומאָפּהענגיקער עקאָנאָמישער קאָנסולטאַנט אין ירושלים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.