זיצנדיק אין איינער פֿון די פּאָפּולערע קאַפֿעטעריעס אינעם בודאַפּעשטער היסטאָרישן ייִדישן קוואַרטאַל, האָט אַנדראַש דאַראַני געגעבן אַ גלעט אַן אומגעוויינטלעכן אָביעקט, גרויס בערך ווי אַ באַלעם פֿאַר קעגליע־שפּיל. דער אָביעקט, געמאַכט פֿון טונקל־גרויען צעמענט, האָט געהאַט אַכט דרײַעקיקע זײַטן. איך האָב פֿריִער קיינמאָל נישט געזען אַזעלעכס. קוקנדיק אויף די נײַן אַלצאיינע רונדע לעכער מיט מעטאַלענע ראַנדן, האָב איך אָבער פֿאַרשטאַנען, אַז דער שווערער צעמענט־אָביעקט מוז זײַן אַ חנוכּה־לאָמפּ.
די אומגעוויינטלעכע מנורה איז געווען דער ערשטער חפֿץ פֿון דאַראַניס פּראָיעקט „EightDays Design Group‟, וואָס שטעלט דעם ציל „אָפּצוטײַטשן די אָביעקטן פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער רעליגיע פֿונעם פּראָגרעסיוון דיזײַן־קוקווינקל‟. דאַראַני האָט דערקלערט, אַז דערווײַל האָט זײַן גרופּע נאָך נישט באַשלאָסן, צי מע זאָל באַטראַכטן זייער טעטיקייט ווי אַ קונסט־פּראָיעקט, אָדער צי זיי ווילן פֿאַרקויפֿן זייערע שאַפֿונגען. אַ צאָל קונסט־זאַמלער פֿון אויסטראַליע און פֿון דער שווייץ האָבן אָבער שוין אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס צו באַקומען אַזאַ מנורה, און דער בודאַפּעשטער „מוזיי פֿון פּראַקטישער קונסט‟ האָט עס שוין געקויפֿט פֿאַר איינער פֿון זײַנע דיזײַן־קאָלעקציעס.
דאַראַני, אַ מאַן אין זײַנע 40ער, מיט טונקעלע האָר און ברילן, וואָס דערמאָנען אין האַרי פּאָטערן, האָט פֿריִער, פֿון 2002 ביז 2005, געדינט ווי דער דירעקטאָר פֿונעם בודאַפּעשטער מעמאָריאַלן חורבן־צענטער. איצט אַרבעט ער ווי אַ מעדיאַ־קאָנסולטאַנט פֿאַר דער פּאָליטישער אָפּאָזיציע, וועלכע קריטיקירט די קאָנסערוואַטיווע רעגירונג פֿונעם פּרעמיער־מיניסטער וויקטאָר אָרבאַן.
נישט לאַנג צוריק, האָט דאַראַני פּרעזענטירט זײַן מנורה ווי אַ טייל פֿון דער אָפֿיציעלער אונגערישער אויסשטעלונג בײַם ריזיקן לאָנדאָנער דיזײַן־פֿעסטיוואַל. דער דיזײַנער האָט דערציילט, אַז דאָס איז געווען דער ערשטער ייִדישער עקספּאָנאַט פֿון אונגערן אויף דער דאָזיקער גרויסער און פּרעסטיזשפֿולער אונטערנעמונג. אַ טייל באַזוכער פֿונעם ווײַטן מיזרח האָבן געטראַכט, אַז די צעמענט־מנורה האָט צו טאָן מיטן דזען־בודיזם; די שאַפֿונג איז זיי זייער געפֿעלן, אָבער זיי האָבן נישט געהאַט קיין אַנונג וועגן ייִדישקייט אָדער חנוכּה.
דאַראַני האָט אָנגעהויבן שאַפֿן זײַנע ווערק אַליין, ווי אַ סימן פֿון זײַן זעלבסט־אידענטיפֿיקאַציע ווי אַ פּראָגרעסיווער אונגערישער ייִד. שפּעטער, האָבן זיך אינעם פּראָיעקט באַטייליקט זײַן ווײַב, אַ דיזײַנערין פֿון יוּוועליר־חפֿצים, און נאָך אַ פֿרײַנד. נישט לאַנג צוריק, האָבן זיי געשאַפֿן אַן אַנדער אָביעקט, וואָס זעט אויס ענלעך צו דער מנורה און איז געמאַכט פֿון קאָריאַן — אַ קעראַמישער מאַטעריאַל פֿון דער פֿירמע „DuPont‟.
אין פֿאַרגלײַך מיטן חנוכּה־לאָמפּ, אָבער, באַשטייט דאַראַניס נײַע שאַפֿונג פֿון צוויי אַלצאיינע פּיראַמיד־אַרטיקע דריידלעך. הגם די אָביעקטן זענען צו שווער פֿאַר אַ פּראַקטישער דריידל־שפּיל, איז דאָס פּאָרפֿאָלק צופֿרידן מיט זייער ווערק און קלײַבט זיך צו שאַפֿן אַנדערע, מער פּראַקטישע דריידלעך, ווי אויך פּסחדיקע סדר־קערות און מזוזה־דעקלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.