בלויז אַ קליינע צאָל ניו־יאָרקער מערקווירדיקייטן זענען ממש וועלט־באַקאַנט. צווישן זיי זענען די „סטאַטוע פֿון פֿרײַהייט‟, דער בנין פֿון דער פֿירמע „קרײַסלער‟ און… דער רעסטאָראַן „כּ״צס דעליקאַטעסן‟ אינעם נידער־מיזרחדיקן טייל פֿון מאַנהעטן.
דער רעסטאָראַן, באַקאַנט מיט זײַנע וווּרדערלעכע פּאַסטראַמע־סענדוויטשן און אַנדערע געשמאַקע פֿליישיקע מאכלים, האָט זיך געעפֿנט אינעם יאָר 1888. אינעם יאָר 1903, האָט אים געקויפֿט די רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטישע משפּחה כּ״ץ. אָפּמערקנדיק הײַנט דעם בכּבֿודיקן 125־יאָריקן יוביליי, בלײַבט „כּ״צס דעליקאַטעסן‟ אַ פּאָפּולער אָרט, וווּ עס ווערן יעדע וואָך פֿאַרקויפֿט מער ווי 10,000 פֿונט פּאַסטראַמע, 6,000 פֿונט געזאַלצן רינדער-פֿלייש און 4,000 פֿונט וווּרשטלעך. די קונים זענען סײַ די אָרטיקע תּושבֿים, סײַ די אויסלענדישע טוריסטן.
נישט געקוקט אויף דער פּאָפּולאַריטעט פֿון „כּ״צס דעליקאַטעסן‟, האָט קיינער נאָך נישט אָנגעשריבן אַ בוך וועגן דעם דאָזיקן אָרט — ביז הײַנט. אין סעפּטעמבער, האָט דשייק דעל, איינער פֿון די מיט־אייגנטימער פֿונעם רעסטאָראַן, אַרויסגעגעבן זײַן „אויטאָביאָגראַפֿיע פֿון אַ דעליקאַטעסן־געשעפֿט‟, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן דער עוואָלוציע פֿון „כּ״צס דעליקאַטעסן‟ פֿון אַ קליין עס־געשעפֿטל ביז אַ באַרימטן צענטער, וווּ עס פֿלעגן פֿאַרווײַלן די אַמאָליקע שטערן פֿונעם ייִדישן טעאַטער, ווי אויך וועגן דער שפּעטערדיקער תּקופֿה, ווען דער רעסטאָראַן איז געוואָרן אַ באַרימטע ניו־יאָרקער מערקווירדיקייט, וואָס ציט צו טוריסטן פֿון דער גאָרער וועלט. דאָס בוך איז באַגלייט מיט גרויסע קאָליריקע אילוסטראַציעס פֿונעם פֿאָטאָגראַף באַלדאָמעראָ פֿערנאַנדעז.
די מחברים פֿון אַ סך קולינאַרע ביכער זענען שעף־קעכער אָדער בעלי־בתּים פֿון רעסטאָראַנען. אין דעם פֿאַל, אָבער, האָט דער פֿאַרלאַג „באַוער און דין‟ זיך אַליין געווענדט צו דעם מחבר מיט אַ בקשה אָנצושרײַבן אַזאַ בוך. בײַם אָנהייב, האָט מען פּלאַנירט עס אָנצופֿילן בלויז מיט פֿערנאַנדעזעס פֿאָטאָגראַפֿיעס. דעל האָט אָבער באַשלאָסן צוצוגעבן זײַנע אייגענע באַמערקונגען. „איך האָב זיך אַוועקגעזעצט — און גלײַך אָנגעשריבן 30 זײַטן‟.
אין דער געשיכטע פֿון „כּ״צס דעליקאַטעסן‟ שפּיגלט זיך אָפּ די אייגנאַרטיקייט פֿונעם געוועזענעם ייִדישן ראַיאָן, וווּ עס האָבן אַמאָל געוווינט טויזנטער אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע. ווי אַזוי האָט זיך, אָבער, אײַנגעגעבן דעם רעסטאָראַן איבערצולעבן, מיט גרויס דערפֿאָלג, דעם אונטערגאַנג פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער נידער־מיזרחדיקער זײַט פֿון מאַנהעטן? דער סוד באַשטייט אין דעם, וואָס דער רעסטאָראַן איז קיינמאָל נישט געווען שטרענג כּשר — הגם די מאכלים, וואָס ווערן דאָרטן פֿאָרגעלייגט, האָבן אַ היימישן ייִדישן טעם. איז פֿאַרגלײַך מיט די עכט כּשרע רעסטאָראַמען, איז „כּ״צס דעליקאַטעסן‟ געבליבן אָפֿן שבת. אַדרבה, פֿרײַטיק, שבת און זונטיק אַרבעט ער 24 שעה, צוציִענדיקן דעם ברייטן עולם פֿון יונגע ניו־יאָרקער און אויסלענדישע טוריסטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.