זינט די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט אונטערגעשריבן דעם אָפּמאַך מיט די „אַיאַטאָלאַס‟ אין איראַן, הערט מען וועגן דעם נישט קיין וואָרט פֿון די דעמאָקראַטן אינעם סענאַט.
נאָך אַלעמען, איז דער הסכּם דער גרעסטער דיפּלאָמאַטישער שריט אין פּרעזידענט אָבאַמאַס קאַריערע. געוויינטלעך, ווען אַ פּרעזידענט מאַכט אַזאַ דיפּלאָמאַטישן אויפֿטו, דריקן די פֿירער פֿון דער פּאַרטיי אויס זייער שטיצע. אָבער נישט דאָס מאָל.
ווען איך וואָלט געאַרבעט ווי דער מעדיאַ־פֿאָרשטייער בײַם „ווײַסן הויז‟, וואָלט דאָס מיך שטאַרק באַזאָרגט. דער פּרעזידענט נייטיקט זיך איצט אין דער עפֿנטלעכער שטיצע פֿון די הויך־ראַנגיקע סענאַט־דעמאָקראַטן ווי טשאָק שומער, בען קאַרדין, ראָבערט מענענדעז, טים דזשאָנסאָן, מאַרק וואַרנער, און איבערהויפּט — האַרי ריד.
דערווײַל אָבער שווײַגן זיי. שומער און מענענדעז האָבן אַפֿילו קריטיקירט דעם אָפּמאַך, אָבער זיך עפֿנטלעך נישט אַנטקעגנגעשטעלט.
וואָס מיינט זייער שווײַגן? אַז זיי האָבן נאָכגעגעבן אַ דיפּלאָמאַטישע פּאָליטיק, מיט וועלכער זיי זענען בכלל נישט מסכּים? קאָן זײַן. נאָך אַלעמען, וועלן זיי סײַ־ווי קענען ווידער דורכפֿירן סאַנקציעס אויף איראַן, אויב זיי ווילן, און דערבײַ אונטערגראָבן די אַרבעט פֿונעם פּרעזידענט. די נײַע סאַנקציעס וואָלטן געווען נאָך האַרבער ווי די פֿריִערדיקע.
אין לעצטן סך־הכּל, גייט זיי נישט אָן, אויב מע וועט זיי באַצייכענען ווי פֿאַררעטער. זיי ווילן דאָך בלײַבן אין וואַשינגטאָן לאַנג נאָך דעם ווי אָבאַמאַ פֿאַרלאָזט דאָס „ווײַסע הויז‟. זיי ווילן נישט, אַז מע זאָל זיי געדענקען ווי די סענאַטאָרן, וועלכע זענען „געשלאָפֿן‟, בעת איראַן האָט פּראָדוצירט דאָס געווער, וואָס דאַרף פֿאַרענדיקן היטלערס אַרבעט. די סענאַטאָרן זענען דאָך גוטע־פֿרײַנד מיט ס׳רובֿ מיטגלידער פֿון דער „אייפּעק‟־פֿאַרוואַלטונג. שווײַגן איז מער פֿאַרשטענדלעך פֿון זייער קוקווינקל. ערשטנס, וואָלט אַ דעמאָקראַט באַגאַנגען אַ פּאָליטישן זעלבסטמאָרד, אויב ער שטיצט נישט קיין דיפּלאָמאַטישע אַקציע. די „אַיאַטאָלאַס‟ ווייסן זייער גוט, אַז די דעמאָקראַטן אין „ווײַסן הויז‟ און אין קאָנגרעס וועלן קיין מאָל נישט אויסקלײַבן אַ מיליטערישע אָפּציע קעגן אַ דיפּלאָמאַטישער. נישט געקוקט אויף די טומלדיקע דראָונגען פֿון די אַזוי־גערופֿענע שפּאַרבערישע דעמאָקראַטן, זענען זיי אין תּוך פּאַציפֿיסטן.
צווייטנס, אויב אַ סענאַט־דעמאָקראַט גלייבט, אַז עס וועט קיין מאָל נישט זײַן קיין דויערנדיקע דיפּלאָמאַטישע לייזונג מיט איראַן, איז עס אין זײַן אינטערעס איבערצוצײַגן די אַנדערע וועגן דער סכּנה. מיט אַנדערע ווערטער — ער דאַרף טאָן די שווערע אַרבעט פֿון אויסזוכן אויסשפּיר־אינפֿאָרמאַציע, וואָס באַווײַזט, אַז די איראַנער זאָגן ליגנס.
דריטנס, גייט די עקזיסטענץ פֿון ישׂראל ווייניק אָן די דעמאָקראַטישע וויילער. אַ העלפֿט פֿון זיי זענען אַפֿילו אַנטאַגאָניסטיש־געשטימט צו ישׂראל. הגם זיי זענען ווײַט נישט קיין שטיצער פֿון די „אַיאַטאָלאַס‟, זענען זיי גלײַכגילטיק צו די פּראָטעסטן פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתניהו.
דער פֿאַקט, וואָס די דעמאָקראַטן אין סענאַט דריקן נישט אויס זייער שטיצע פֿאַר דעם הסכּם איז אַ סימן, אַז זיי האַלטן בכלל נישט דערפֿון, אָבער דערווײַל זעען זיי נאָך נישט קיין פּאָליטישע בענעפֿיטן זיך אַנטקעגנצושטעלן. ווען די רעאַליטעט וועט זיך אָבער אַרויסווײַזן צו זײַן אַ ביטערע, וועט אָבאַמאַס אייגענע פּאַרטיי שוין מער נישט שווײַגן. דעמאָלט וועלן אַפֿילו די גרעסטע חכמים אין אָבאַמאַס פּאָליטישער אָפּעראַציע נישט קענען אויסמײַדן די פֿאַרדאַמונג פֿון אָבאַמאַס אייגענער פּאַרטיי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.