הרבֿ אליעזר בערלאַנד, דער גרינדער פֿון דער ישיבֿה „שובֿו בנים‟ און אַ מנהיג פֿון אַ טייל בראַצלעווער חסידים, איז מיט עטלעכע חדשים צוריק אַנטלאָפֿן פֿון ישׂראל קיין מאַראָקאָ. דער 76־יאָריקער רבֿ ווערט באַשולדיקט אין סעקסועלע באַציִונגען מיט צוויי יונגע ווײַבער פֿון זײַנע נאָכפֿאָלגער; די פֿרויען האָבן געטענהט, אַז ער האָט אויסגענוצט זײַן פּאָזיציע ווי אַ מנהיג, כּדי זיי איבערצוצײַגן, אַז ס׳איז כּדאַי צו באַקענען זיך „נעענטער‟ מיט אים. אין אָקטאָבער איז בערלאַנדס מאַראָקאַנער וויזע אויסגעגאַנגען, און ער האָט געמוזט אַנטלויפֿן ווײַטער — קיין זימבאַבווע. במשך פֿון די זיבן חדשים, וואָס דער רבֿ האָט פֿאַרבראַכט אין מאַראָקאָ, האָבן אים דאָרטן באַזוכט צענדליקער חסידים, אַרײַנגערעכנט זײַן אייניקל, וועלכער האָט באַשלאָסן צו מאַכן זײַן חתונה בײַם זיידן אין מאַראַקעש. הונדערטער מענטשן זענען אָנגעקומען צו בערלאַנד צו פּראַווען יום־טובֿים, און צענדליקער זענען מיט אים דאָרטן געבליבן.
די אומגעוויינטלעכע חסידישע מאַסן־נסיעה האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק צו דעם, וואָס אין מאַראָקאָ וווינען הײַנט צענדליקער ישׂראלדיקע פֿאַרברעכער, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן אַהין במשך פֿון די לעצטע יאָרן. די צפֿון־אַפֿריקאַנער מוסולמענישע קעניגרײַך, וווּ עס וווינען בערך 4,000 ייִדן, איז געוואָרן אַ מקום־מיקלט פֿאַר דער ישׂראלדיקער מאַפֿיע.
סעם בן־שטרית, דער פּרעזידענט פֿון דער „וועלט־פֿעדעראַציע פֿון די מאַראָקאַנער ייִדן‟, האָט געזאָגט, אַז בערלאַנד איז דער „לעצטער טראָפּן‟ פֿאַר דער טאָלעראַנטער מאַראָקאַנער רעגירונג, וועלכע האָט זיך אָפּגעזאָגט צו פֿאַרלענגערן זײַן וויזע רעזידענץ־דערלויבעניש און געצוווּנגען אים צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד. בן־שטרית האָט באַטאָנט, אַז אַזעלכע צווייפֿלהאַפֿטיקע פּאַרשוינען קאָנען קאַליע מאַכן די פֿרײַנדלעכע באַציִונגען צווישן ייִדן און מוסולמענער.
לויט דער ישׂראלדיקער פּאָליציי, האָבן די צענדליקער ישׂראלדיקע מאַפֿיאָנערן, וועלכע וווינען איצט אין מאַראָקאָ, אינוועסטירט מער ווי 20 מיליאָן דאָלאַר אין דער עקאָנאָמיע פֿונעם לאַנד. „מיט די ריכטיקע דאָקומענטן‟, ווי עס האָט דערקלערט בן־שטרית, קאָנען זיי קריגן די מאַראָקאַנער בירגערשאַפֿט אין עטלעכע חדשים. בערלאַנד האָט שוין לאַנג געהאַט פֿאַרבינדונגען מיט פֿאַרשיידענע פֿאַרברעכער, ווײַל נישט ווייניק פֿון זײַנע בעל־תּשובֿות האָבן געהאַט אַ קרימינעלע פֿאַרגאַנגענהייט. עטלעכע אינפֿאָרמירטע קוואַלן האָבן איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז דער רבֿ האָט זיך באַזעצט אין מאַראַקעש מיט דער הילף פֿונעם געוועזענעם מאַפֿיאָזע גבי בן־הרוש. אַ טייל קוואַלן גיבן איבער, אַז בן־הרוש האָט אויך אָרגאַניזירט בערלאַנדס נסיעה קיין זימבאַבווע.
אַ טייל מאַראָקאַנער ייִדן באַציִען זיך צו בערלאַנד גאַנץ פּאָזיטיוו. זשאַקי קדוש, דער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה אין מאַראַקעש, האַלט אים פֿאַר אַ „גאָון‟. אַ טייל אַנדערע זענען אָבער פֿאַרזאָגרט, אַז אַזאַ רבֿ, פֿאַרדעכטיקט אין סעקסועלע פֿאַרברעכנס, וועלכער איז דערצו פֿאַרבונדן מיט מערדערישע מאַפֿיע־פֿיגורן, איז אַן אומגעוווּנטשענער גאַסט אין אַ לאַנד, וווּ די מוסולמענישע באַפֿעלקערונג באַציט זיך צו ייִדן מיט דרך־ארץ און באַטראַכטן זיי נישט ווי פֿאַרברעכער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.