מע הערט ניט אויף צו הערן נײַעס וועגן דער שניאורסאָן-ביבליאָטעק, וואָס דער גורל האָט זי פֿאַרטראָגן קיין מאָסקווע. די לעצטע בשׂורה, וואָס די מעדיאַ האָט צעפּויקט איבער דער וועלט, איז געווען, אַז אַ טייל פֿון דער קאָלעקציע איז איבערגעגעבן געוואָרן דעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי, וועלכער געפֿינט זיך פֿאַקטיש אונטער דער השגחה פֿון דעם מאָסקווער ליובאַוויטשער צענטער.
עס לאָזט זיך אויס, אַז אַ געוויסע צײַט האָט מען גערעדט אויך וועגן אַריבערפֿירן די ביכער קיין ליובאַוויטשי, אָדער ליבאַוויטש, ווי מע האָט עס אַ מאָל גערופֿן — דאָס הייסט, אין דעם ייִשובֿ, וואָס האָט געגעבן דעם נאָמען די ליובאַוויטשער חסידים. אָנהייב יאָר האָט אַהין, קיין ליובאַוויטשי, אין דער סמאָלענסקער געגנט פֿון רוסלאַנד, זיך אַרײַנגעכאַפּט אַ מאָסקווער זשורנאַליסט און באַשריבן דעם מצבֿ דאָרטן www.novayagazeta.ru/society/56412.html. ס׳איז אַ דאָרף, וווּ מע האָט זיך דערפֿרייט, אַז די חסידישע געשיכטע וועט זיי ברענגען עפּעס אַ שטיקל פּרנסה. אין דער אמתן, האָבן זיי דערווײַל קיין סך ניט אָפּגעשניטן. ס׳איז זייער ווײַט פֿון דעם, וואָס מע זעט, אַ שטייגער, אין אומאַן.
מיט עטלעכע טעג צוריק האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַן אַרטיקל אונטערן טיטל „ליבאַוויטש‟ אין דער מאָסקווער צײַטונג „דער אמת‟ (אָדער „דער עמעס‟ אין סאָוועטישן אויסלייג), געדרוקט אין 1929. דעמאָלט איז אַהין אויך געקומען אַ גרויסשטאָטישער זשורנאַליסט, יהושע איידלמאַן, וואָס איז אויך געווען אַן אָנגעשטעלטער אין “געזערד”, די געזעלשאַפֿט אײַנצואָרדענען אויף דער ערד אַרבעטנדיקע ייִדן. האָט ער באַשריבן ליבאַוויטש, און איך ברענג דאָ אַן אויסצוג, אָפּהיטנדיק דעם סאָוועטיש-פּראָפּאַגאַנדיסטישן נוסח פֿון דעם אַרטיקל:
דאָס איז דאָך געווען איינער פֿון די גרעסטע צענטרען פֿון רבניש-חסידישן קלעריקאַליזם!
דאָ פֿלעגן צענדליקער יאָרן צדיקים פֿירן מיט אַ שטאַרקער האַנט די הימלשע מלוכה אויף דער ערד. די הערשאַפֿט פֿלעגט איבערגיין פֿון פֿאָטער צו זון. די ווירקונג איז געווען גרויס: גבאָים, שמשׂים און משרתים, פֿיר הונדערט ישיבֿהניקעס און אַלערליי מקורבֿים און שליחים פֿלעגן אונטערהאַלטן דעם רבינס קייזערלעכע שטול מיט אַלע מיטלען. און חסידים פֿלעגן קומען פֿאַר הונדערטער, טויזנטער ווערס בעטן הילף. צרות איז, ברוך-השם, דאָ גענוג בײַ “אַחינו בני-ישׂראל”: איינער זיצט אָן פּרנסה, דער צווייטער — אָן קינדער, ווער עס האָט אַ טאָכטער חתונה צו מאַכן, ווער — אַ זון צום פּריזיוו. און אַז דער רבי טרייסט, בענטשט און איז מבֿטיח, ווער שמועסט אויב ער שמייכלט נאָך דערבײַ, וועט שוין מסתּמא גאָט העלפֿן.
צענדליקער ייִדן מיט ווײַב און קינדער פֿלעגן פֿאָרן קיין ליבאַוויטש צום רבין טאָג-טעגלעך. און אַז מ׳קומט אַזוי פֿיל מענטשן, דאַרפֿן זיי ערגעץ נעכטיקן, עסן, טרינקען און קויפֿן דאָס נייטיקסטע.
דעריבער איז פֿאַרשטענדלעך, ווי אין יענע צײַטן האָבן געקאָנט לעבן און “שיין פֿאַרדינען” זיבעציק קרעמער אין אַ שטעטעלע, וואָס פֿאַרמאָגט אין גאַנצן בײַ צוויי טויזנט אײַנוווינער, ייִדן מיט רוסן. די הויפּט-קויפֿער זײַנען געווען די ישיבֿהניקעס, די חסידים און דער “הויף”.
בעל-עגלות פֿלעגן בלײַבן אָן הענט, פֿירנדיק פֿון דער באַן און צו דער באַן. אַ קלייניקייט — אַ מלוכה!
דער אַרטיקל איז אַרויס דעם 12טן סעפּטעמבער 1929, און אין פֿיר טעג אַרום, איז דער זעקסטער ליובאַוויטשער רבי, הרבֿ יוסף־יצחק שניארסאָן, געקומען אויף אַ באַזוך קיין ניו-יאָרק. בינו-לבינו, האָבן זײַנע חסידים נאָך אַלץ געשפּילט אַ צענטראַלע ראָליע אינעם ייִדישן לעבן פֿון ליבאַווישט, דאָס האָט געמוזט אָננערקענען דער “אמת”-זשורנאַליסט.
אין יאָר 1929 האָט די “ייִדישע מלוכה” אין ליבאַוויטש שוין אויסגעזען אַ סך ערגער, איידער אין די צײַטן, ווען דאָרטן איז געווען דער “הויף”. בסך-הכּל, האָבן דאָרטן געוווינט 182 ייִדישע משפּחות: 8 — אָנגעשטעלטע, 71 — קוסטאַרן, 26 — ערדאַרבעטער, 11 — פֿרײַע פּראָפֿעסיעס, 8 — מילנער, 10 — קרעמער, און 48 — משפּחות אָן באַשטימטע באַשעפֿטיקונגען, דאָס הייסט, “לופֿט-מענטשן”. די בערך טויזנט ייִדן האָבן געשאַפֿן אַ העלפֿט פֿון דער באַפֿעלקערונג.
און דערנאָך זײַנען געקומען די באַזונדערס שווערע און געפֿערלעכע 1930ער יאָרן. אייניקע ליבאַוויטשער האָבן זיי ניט איבערגעלעבט, אַנדערע זײַנען אַוועק אין בעסערע ערטער, אין די שטעט. און דעם 4טן נאָוועמבער 1941 האָבן די דײַטשן פֿאַרענדיקט די געשיכטע פֿון דעם ייִשובֿ: זיי האָבן דערשאָסן די 483 ייִדן, וועלכע זײַנען דאָרטן געווען אין יענער צײַט. קיין ייִד וווינט ניט דאָרטן זינט 2003, ווען ס׳איז געשטאָרבן די לעצטע ייִדישע אײַנוווינערין, גאַלינע ליפּקין.
די פֿאַרבליבענע ניט-ייִדישע באַפֿעלקערונג ווערט עלטער. אין דער היגער שול לערנען זיך נאָר אַרום פֿופֿציק קינדער. די דירעקטאָרין פֿון דער שול היט אָפּ צײַטונגען פֿון די 1990ער יאָרן, ווען מע האָט געחלומט וועגן אַנטוויקלען ליובאַוויטשי — אויפֿצובויען אַ האָטעל, אַ ייִדישן צענטער, אַ ביבליאָטעק. דערווײַל בלײַבט עס נאָר אַ חלום.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.