לאָמיר ווערן קליינע קינדער, די שפּיל אין גרויסע ז‘מיר דערעסן, ווי לאַנג קען מען דען מענטשן נאַרן, אָדער צו אָפּנאַרן פֿאַרגעסן? פֿונעם ליד „לאָמיר ווערן קליינע קינדער‟
הײַנט אין דער פֿרי, דעם 6טן דעצעמער, איז אין ניו־יאָרק אַוועק אין דער אייביקייט דער ייִדישער פּאָעט און מאָלער יאָני פֿײַן צו 100 יאָר. זײַן לעבן האָט דורכגעמאַכט אַ לאַנגע וואַנדערנדיקע און שאַפֿערישע נסיעה.
יאָני פֿײַן איז אויפֿגעוואַקסן אין ווילנע נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה און האָט דאָרטן פֿאַרענדיקט די קונסט־אַקאַדעמיע. ער האָט ווײַטער שטודירט קונסט און באַקומען אַ מאַגיסטער־דיפּלאָם אין פּוילן.
ווען די סאָוועטישע מאַכט האָט איבערגענומען ווילנע אין 1939, איז ער און זײַן פֿרוי אַנטלאָפֿן קיין וואַרשע; און ווען די דײַטשן האָבן אַטאַקירט פּוילן, האָבן זיי זיך ווידער געלאָזט אינעם פּליטים־וועג, אָבער די סאָוועטן האָבן יאָנין אַרעסטירט. די פֿײַנס האָבן געהאַט מזל, עס ס‘האָט זיך זיי אײַנגעגעבן צו קריגן פֿאַלשע וויזעס, און דורך סיביר אָנצוקומען קיין יאַפּאַן. מלחמה־צײַט האָבן זיי געוווינט אין שאַנכײַ, כינע.
נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט דער באַרימטער מעקסיקאַנער מאָלער, דיעגאָ ריוועראַ, געזען פֿײַנס בילדער, און האָט אַריבערגעבראַכט דאָס פּאָרפֿאָלק קיין מעקסיקע אין 1948. דאָרטן האָט יאָני פֿײַן געהאַט עטלעכע אויסשטעלונגען, און דער באַרימטער קונסט־לערער האָט תּמיד געשטיצט די מאָלערײַען פֿון זײַן תּלמיד. זײַן גרעסט ווערק האָט פֿײַן געשאַפֿן דווקא אין מעקסיקע: אַ וואַנטגעמעל לזכּרון דעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד אונטערן קופּאָל פֿונעם „פּאַנטעאָן דע דאָלאָרעס‟. קיין ניו־יאָרק איז פֿײַן געקומען אין די אָנהייב 1950ער.
רופֿינאָ טאַמאַײַאָ, אַן אַנדער באַרימטער מעקסיקאַנער מאָלער, האָט אים געשטיצט אין ניו־יאָרק, און פֿײַן איז געוואָרן אַ לערער פֿון קונסט אין ברוקלין־קאָלעדזש, וווּ ער האָט אָפּגעאַרבעט מער ווי צען יאָר. צווישן די יאָרן 1964 און 1970 האָט ער געלערנט אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט; און שפּעטער — אין האָפֿסטראַ־אוניווערסיטעט. זײַן לערער־קאַריערע האָט ער פֿאַרענדיקט אין יאָר 1983.
במשך פֿון די יאָרן האָט פֿײַן געהאַט אויסשטעלונגען אינעם ברוקלינער און וויטנעי־מוזיי אין ניו־יאָרק, ווי אויך אינעם לאָנדאָנער ייִדישן קולטור־צענטער, און אַנדערע ערטער אין אַמעריקע און ענגלאַנד. זײַנע אילוסטראַציעס זענען אויך גוט באַקאַנט דעם ייִדישן לייענער.
לאַנגע יאָרן האָט יאָני פֿײַן געוווינט אין דער ברוקלינער געגנט פֿון קאַראָל־גאָרטן, וווּ ער האָט געשריבן זײַנע לידער און דערציילונגען, און געמאָלט ווײַטער. זײַן ערשט בוך ייִדישע פּאָעזיע, „אַ תּליה אונטער די שטערן‟ איז אַרויס אין מעקסיקע אין 1947. אין 1983 האָט ער אַרויסגעגעבן אַ באַנד לידער „גוטע אורחים‟, און אין 1995 — „ניו־יאָרקער אַדרעסן‟ (דערציילונגען); דאָס לעצטע בוך פּאָעזיע זײַנס, „דער פֿינפֿטער זמן‟, איז דערשינען אין 2008. יאָני פֿײַן איז אויך געווען געזעלשאַפֿטלעך אַקטיוו אין דער ייִדישער קולטור־וועלט און געדינט ווי מיט־פּרעזידענט פֿונעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟.
אין אַלע שאַפֿונגען פֿון יאָני פֿײַן, סײַ אין דער קונסט, סײַ אין דער פּאָעזיע, פֿילט מען אַ סך עמאָציע, אַ לײַדנשאַפֿטלעכע רעאַקציע אויפֿן לעבן און אויף דער וועלט אַרום אים.
כּבֿוד זײַן אָנדענק!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.