ידיעות פֿון פּאַריז

News From Paris

מאָריס ראָסל, בעת קלאָד לאַנדסמאַנס אינטערוויו מיט אים אין 1979
מאָריס ראָסל, בעת קלאָד לאַנדסמאַנס אינטערוויו מיט אים אין 1979

פֿון שרון בר-כּוכבֿא

Published December 06, 2013, issue of January 03, 2014.

דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער אָרגאַניזירט אַ קולטורעלן סעזאָן, כּדי אָפּצומערקן דעם 100סטן געבוירן־טאָג פֿונעם גרויסן פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער, וואָס איז געשטאָרבן מיט כּמעט פֿיר יאָר צוריק.

דער סעזאָן נעמט אַרײַן דרײַ הויפּט־קאָמפּאָנענטן:

ערשטנס, איז דאָנערשטיק אינאָגורירט געוואָרן אַן אויסשטעלונג, געווידמעט סוצקעווערן און די פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון זײַן פֿילזײַטיק לעבן: ער איז געווען איינער פֿון די גרעסטע פּאָעטן פֿון 20סטן יאָרהונדערט, וואָס זײַנע ווערק האָבן נאָך ניט געקראָגן דעם אינטערנאַציאָנאַלן שם, וועלכן זיי פֿאַרדינען; אַ העלד פֿון ווילנער געטאָ און פֿון ווידערשטאַנד, אַ וויכטיקער עדות און אַן איבערגעגעבענער טוער אין דער ייִדיש־קולטור. אַחוץ דעם, ווײַזט מען אויף דער אויסשטעלונג אויך אַ גרויסן אויסוואַל פֿון זײַנע ביכער — אי אין אָריגינאַל, אי אין איבערזעצונג, — ווי אויך עטלעכע אינטערעסאַנטע פּאָרטרעטן פֿון אים, וואָס עס האָבן געצייכנט באַקאַנטע קינסטלער. די אויסשטעלונג קען מען באַזוכן ביז סוף־מאַרץ.


אין דער זעלביקער צײַט האָט זיך אָנגעהויבן דעם דאָנערשטיק אַ קולטורעלע וואָך פֿון באַגעגענישן, רעפֿעראַטן און אַנדערע קולטור־געשעענישן, וואָס וועט דויערן ביזן 10טן דעצעמבער. אין דער פּראָגראַם נעמען אָנטייל פֿאָרשערס און קולטור־מענטשן פֿון פֿאַרשיידע לענדער; זי איז גאָר אַן אינטערעסאַנטע און אַן אָנגעפּאַקטע. מיר וועלן נישט קענען באַריכטן וועגן אַלץ, אָבער לאָמיר כאָטש געבן אַ קורצן איבערבליק.

אַ סעריע פֿון פֿיר באַגעגענישן וועט זײַן געווידמעט דער טעמע „אַבֿרהם סוצקעווער, אַן עדות פֿוּן די גילגולים פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟. אַזוי ווי סוצקעווער איז געווען אַן עדות פֿון אַלע גרויסע איבערקערענישן אין דער ייִדישער קולטור און שפּראַך, איז די סעריע גלײַכצײַטיק וועגן אים און וועגן די וויכטיקע מאָמענטן פֿון דער אַלגעמיינער געשיכטע אויכעט. מע וועט רעדן וועגן ליטעראַרישן און קינסטלערישן אַוואַנגאַרד, וועגן ייִדיש ווי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך, וועגן דער שפּראַך פֿון די געטאָס און פֿון עדות זאָגן, און וועגן סוצקעווער און ייִדיש אין ישׂראל.


זונטיק וועט פֿאָרקומען אַ באַזונדערער ליטעראַטור־סעמינאַר אַרום דער טעמע סוצקעווער און די פּאָעטן פֿון זײַן צײַט. פּראָפֿעסאָר העטער וואַלענסיאַ (Heather Valencia) פֿון שאָטלאַנד וועט רעדן וועגן דער השפּעה פֿון פּאָל וואַלערי (Paul Valéry) אויף סוצקעווערן. דאָקטאָר קאַראָלינאַ שימאַניאַק (Karolina Szymaniak) פֿון פּוילן וועט רעדן וועגן סוצקעווערן און טשעשלאַוו מילאָש (Czesław Miłosz); און פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם נאָווערשטערן פֿון ישׂראל וועט געבן אַן אַלגעמיינעם אַנאַליז פֿון סוצקעווערס ווערק.

אַחוץ דעם וועט מען לאָזן הערן רעקאָרדירונגען פֿון סוצקעווערן, וואָס לייענט זײַן פּאָעזיע, און אויך האָבן אַ באַזונדערע צוויישפּראַכיקע פֿאָרלייענונג פֿון זײַן פּאָעזיע דורך פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן.

מע וועט פּראָיעקטירן פֿראַגמענטן פֿון אַ לאַנגן אינטערוויו מיט סוצקעווערן, און אַן אַנדער פֿילם וועגן די ווילנער פּאַרטיזאַנער.


דער קאָלעקטיוו „סאַלאַ־מאַנקאַ‟ פֿון די ישׂראלדיקע קינסטלער דיעגאָ ראָטמאַן און לאה מאַואַס וועט אויפֿטרעטן מיט צוויי פֿאָרשטעלונגען, וואָס זענען אינספּירירט פֿון סוצקעווערס פּאָעזיע און פֿון ייִדישער מאָדערניסטישער פּאָעזיע בכלל.

צו דעם אַלעם איז אויך דערשינען אַ צוויישפּראַכיקע אויסגאַבע פֿון סוצקעווערס בוך פֿון לידער אין פּראָזע „גרינער אַקוואַריום‟. די פּרעכטיקע לידער וואָס זענען געשריבן געוואָרן איןדי יאָרן 1953־1954, באַהאַנדלען די שווערע טעמאַטיק פֿון חורבן — דאָס לעבן אין און אַרום דער ווילנער געטאָ. די פֿראַנצייזישע איבערזעצונג איז פֿון בתיה בוים (Batia Baum), וואָס איז פֿון די בעסטע איבערזעצערס פֿון ייִדיש אויף פֿראַנצייזיש הײַנט־צו־טאָג אין פֿראַנקרײַך.


איצט אַ קורצע ידיעה וועגן נאָך אַן אינטערעסאַנט בוך, וואָס איז נאָר וואָס אַרויס בײַם פֿאַרלאַג „גאַלימאַר‟ (Gallimard).

אין יאָר 1979 האָט דער רעזשיסאָר קלאָד לאַנדסמאַן (Claude Lanzmann) אינטערוויויִרט דעם געוועזענעם אינטערנאַציאָנאַלן דעלעגאַט פֿונעם „רויטן קרייץ‟ מאָריס ראָסל (Maurice Rossel), ווי אַ טייל פֿונעם מאַטעריאַל, וואָס ער האָט געזאַמלט פֿאַר זײַן גרויסן פֿילם „שואה‟.

ראָסל איז געווען אַ דעלעגאַט פֿונעם „רויטן קרייץ‟ פֿון 1942 ביז 1945 אין בערלין, די הויפּט־שטאָט פֿונעם „דריטן רײַך‟. ער האָט באַזוכט אוישוויץ און טערעזיענשטאַט, און געשיקט באַריכטן, וואָס האָבן אין גאַנצן נישט איבערגעגעבן דעם אומדערטרעגלעכן מצבֿ אין די לאַגערן. אינעם אינטערוויו באַווײַזט לאַנדסמאַן צו קאָנפֿראָנטירן ראָסלען מיט דער פֿראַגע, ווי עס קען זײַן, אַז ער איז געווען אַזוי בלינד צום זיכערן טויט פֿון די ייִדן אין די לאַגערן?

פֿונעם אינטערוויו איז צום סוף געוואָרן אַ באַזונדערער פֿילם, וואָס מע האָט אָבער נישט קיין סך געוויזן. דאָס בוך Un Vivant Qui Passe, אַ לעבעדיקער וואָס גייט פֿאַרבײַ, איז די טראַנסקריפּציע פֿונעם אינטערוויו.


די ידיעות פֿון פּאַריז, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.