די גערמאַנער

The Germanic Tribes

„די שלאַכט צווישן גערמאַנער און רוימער בײַם רײַן‟ פֿון פֿרידריך טיסהאַוס, 1876.
„די שלאַכט צווישן גערמאַנער און רוימער בײַם רײַן‟ פֿון פֿרידריך טיסהאַוס, 1876.

פֿון לייזער בורקאָ

Published December 08, 2013, issue of January 03, 2014.

אַזוי ווי איך האָב יענע וואָך געשריבן וועגן די הײַנטיקע נאַציס, פּאַסט איך זאָל די וואָך שרײַבן וועגן די אַמאָליקע. דער עיקר, וועגן איין פּרט פֿון זייער אידעאָלאָגיע: אַז די דײַטשן געהערן צו דער „אַרישער‟ ראַסע — דער „הערן־ראַסע‟.

זינט דעם סוף 18טן יאָרהונדערט איז באַוווּסט, אַז אַ סך אייראָפּעיִשע און אַזיאַטישע שפּראַכן האָבן דעם זעלביקן אָפּשטאַם. די עלטסטע ווערטער אין די דאָזיקע שפּראַכן ווײַזן אַרויס אַזאַ ענלעכקייט צווישן זיך, אַז ס’איז זיכער, אַז זיי האָבן דעם זעלביקן מקור. דערפֿאַר הייסן זיי די „אינדאָ־אייראָפּעיִשע‟ שפּראַכן — פֿריִער אויך די „אַרישע‟, ווײַל אַזוי האָבן זיך גערופֿן די רעדערס אַליין פֿאַרצײַטנס אין אינדיע.

שוין צוויי הונדערט יאָר גייט אָן אַ דיסקוסיע צווישן די לינגוויסטן וועגן דעם, פֿון וואַנען זײַנען געקומען די ערשטע „אינדאָ־אייראָפּעער‟, וואָס פֿון זייער שפּראַך שטאַמען די אַלע הײַנטיקע. הײַנט איז פּאָפּולער די טעאָריע, אַז זיי האָבן געוווינט אין דרום־רוסלאַנד בײַם שוואַרצן ים, אפֿשר מיט 5,000 יאָר צוריק, און פֿון דאָרטן זיך אויסגעשפּרייט צו־ביסלעך איבערן אייראָפּעיִשן און אַזיאַטישן קאָנטינענט. אָבער מיט הונדערט יאָר צוריק איז געווען אויך אָנגענומען, אַז די „אַלטע היים‟ פֿון די אינדאָ־אייראָפּעער איז געווען דײַטשלאַנד, און די נאַציס האָבן געהאַלטן, אַז די דײַטשן און די סקאַנדינאַוויער זײַנען די עלטסטע און די ריינסטע „אַריער‟, ווייניקער געמישט מיט אַנדערע פֿעלקער.

פֿאַרשטייט זיך, אַז די נאַציס, ווי אַ סך נאַציאָנאַליסטן, האָבן דאָ פֿאַרפּלאָנטערט די באַגריפֿן „שפּראַך‟ און „ראַסע‟. דאָס וואָס צוויי גרופּעס רעדן דאָס זעלביקע לשון, אָדער ענלעכע לשונות, הייסט נאָך ניט, אַז זיי געהערן צום זעלביקן פֿאָלק אָדער „ראַסע‟. אין אַמעריקע לעבן מענטשן פֿון אַלע ראַסעס און אַלע פֿעלקער, און פֿון דעסטוועגן, גייען כּמעט אַלע אַריבער אויף ענגליש נאָך אַ פּאָר יאָר. אַזאַ פּראָצעס פֿון איבערנעמען דאָס לשון פֿון אַן אַנדער גרופּע איז אָנגעגאַנגען כּסדר אין משך פֿון דער גאַנצער מענטשלעכער היסטאָריע, זינט שפּראַך בכלל איז אויפֿגעקומען, אפֿשר מיט 100,000 יאָר צוריק. דערפֿאַר קען מען גאָרניט אַרויסדרינגען וועגן דער ראַסע פֿון די אינדאָ־אייראָפּעער אויפֿן סמך פֿון דעם, ווער עס רעדט הײַנט אַן אינדאָ־אייראָפּעיִשע שפּראַך.

בכלל קען מען זיך ניט פֿאָרשטעלן די אַלטע אינדאָ־אייראָפּעער ווי אַ פֿאָלק, וואָס האָט אײַנגענומען גרויסע טעריטאָריעס און זיך פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט. עס זײַנען געווען פֿאַרשיידענע גרופּעס פֿון סאַמע אָנהייב, וואָס האָבן זיך כּסדר געמישט און משפּיע געווען איינע אויף דער צווייטער. ווי נאָר די דאָזיקע גרופּעס האָבן זיך אויסגעשפּרייט, האָבן זיי אַרײַנגענומען אין זיך פֿרעמדע גרופּעס, וואָס זײַנען געוואָרן „אינדאָ־אייראָפּעיִזירט‟ און אָנגענומען די נײַע שפּראַך, ווי אויך צוגעגעבן אייגענע ווערטער, און שטריכן פֿון זייער פֿריִערדיקן לשון.

די דאָזיקע עלעמענטן פֿון דער פֿריִערדיקער שפּראַך רופֿט מען אַ „סובסטראַט‟, ווײַל זיי ליגן אונטער דער נײַער שפּראַך, אָבער דאָ און דאָרט זעען זיי זיך אָן. אין גריכנלאַנד, למשל, האָבן די אינדאָ־אייראָפּעיִש־רעדערס זיך אָנגעשטויסן אויף אַ גרויסער באַפֿעלקערונג, וואָס האָט גערעדט אַן אַנדער לשון, וואָס זי האָט איבערגעלאָזט אַ סך ווערטער אין גריכיש, וועלכע זײַנען אומבאַקאַנט אין די אַלע אַנדערע אינדאָ־אייראָפּעיִשע שפּראַכן.

עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז אין די אַלטע גערמאַנישע שפּראַכן זײַנען אויך פֿאַראַן היפּש ווערטער, וואָס לאָזן זיך ניט דערקלערן אויפֿן סמך פֿון אינדאָ־אייראָפּעיִש; אַ סך ווערטער פֿאַרבונדן מיטן ים, למשל: זעגל, האַוון, שטורעם, פֿעלדז, נעץ, שטײַערן (אַ שיף). בכלל, זײַנען די גערמאַנישע שפּראַכן פֿאַראָרעמט אין זייער גראַמאַטיק, אין פֿאַרגלײַך מיט די סלאַווישע שפּראַכן אָדער מיט לאַטײַן, למשל. די אַלטע גערמאַנישע שפּראַכן פֿאַרמאָגן אַפֿילו ניט קיין גראַמאַטישע צוקונפֿט, און מע קען נאָך הײַנט זאָגן „מאָרגן פֿאָרסטו?‟ (אַנשטאָט „מאָרגן וועסטו פֿאָרן?‟), גלײַך ווי עס וואָלט געווען די איצטיקע צײַט. אויך די גערמאַנישע קלאַנגען און די באַטאָנונג פֿון די ווערטער זײַנען שטאַרק פֿאַרענדערט.

זיגמונד פֿײַסט
זיגמונד פֿײַסט

דער ייִדישער פֿילאָלאָג זיגמונד פֿײַסט האָט נאָך אין די 1910ער יאָרן געזען אין דעם סימנים פֿון אַ סובסטראַט, אַז די גערמאַנער האָבן פֿריִער גערעדט אַנדערע שפּראַכן און זיך אויסגעלערנט אינדאָ־אייראָפּעיִש פֿון זייערע שכנים. דערבײַ האָבן זיי אויך געהאַט אַ סך טעותן אין אַרויסרייד — גערעדט מיט אַן אַקצענט, אַזוי צו זאָגן — און שטאַרק פֿאַרגרינגערט די גראַמאַטיק, ווי עס זײַנען זיך נוהג מענטשן, וואָס לערנען זיך אויס אַ פֿרעמד לשון.

פֿײַסט האָט געדרונגען, אַז די גערמאַנער האָבן אין פּרעהיסטאָרישע צײַטן געלעבט אונטער דער מאַכט פֿון די אינדאָ־אייראָפּעיִשע קעלטן. די קעלטן, וואָס האָבן גערעדט שפּראַכן נאָענט צום הײַנטיקן אירלאַנדיש און וועלשיש, זײַנען אַ מאָל געווען פֿאַרשפּרייט איבער גרויסע אייראָפּעיִשע טעריטאָריעס (דער עיקר, פֿראַנקרײַך), און זײַנען געשטאַנען אויף אַ העכערער קולטורעלער מדרגה. וויכטיקע ווערטער מיט אַ שײַכות צו רעגירן, ווי (קעניג)רײַך און אַמט, שטאַמען דווקא פֿון קעלטיש.

ווען פֿײַסט איז אַרויס מיט זײַן טעאָריע, האָט ער זיך אײַנגעקויפֿט אַ וועלט מיט שׂונאים צווישן די דײַטשע גערמאַניסטן. ער האָט ניט בלויז געוויזן, אַז דײַטשלאַנד איז ניט די „אַלטע היים‟ פֿון די אינדאָ־אייראָפּעער, נאָר אַז די גערמאַנער (דאָס הייסט, אויך די דײַטשן) זײַנען בכלל ניט קיין „אַריער‟; זיי שטאַמען גאָר אָפּ פֿון עפּעס אַן אַנדער פֿאָלק, וואָס איז געוואָרן „אינדאָ־אייראָפּעיִזירט‟ דורך די מער אַנטוויקלטע קעלטן (דורך די פֿראַנצויזן, אַזוי צו זאָגן).

פֿאַר אַזאַ באַליידיקונג פֿונעם דײַטשן נאַציאָנאַלן כּבֿוד האָט מען פֿײַסט אויסגעשלאָסן פֿון דער געזעלשאַפֿט פֿאַר דײַטשער פֿילאָלאָגיע אין בערלין, נאָך אין 1928, איידער היטלער איז געקומען צו דער מאַכט. ער איז שפּעטער אַנטלאָפֿן קיין דענמאַרק און איז דאָרטן געשטאָרבן אין 1943, אונטער דער נאַצישער אָקופּאַציע. אָבער ער האָט נאָך אין 1939 באַוויזן אָפּצודרוקן אין האָלאַנד זײַן גרויסן גאָטישן ווערטערבוך, וואָס איז געבליבן אַ סטאַנדאַרט־ווערק פֿון דער גערמאַנישער פֿילאָלאָגיע ביזן הײַנטיקן טאָג.

צי פֿײַסטס טעאָריע איז טאַקע אמת אין אַלע פּרטים, איז שווער צו זאָגן נאָך אַזוי פֿיל טויזנטער יאָרן. אָבער אַז זײַנע קעגנער, די דײַטשע נאַציאָנאַליסטן־גערמאַניסטן, האָבן זיך טועה געווען — און אויף אַ געפֿערלעכן אופֿן — איז קלאָר ווי דער טאָג.