אַ טײל מענטשן זאָגן, אַז כינע װעט באַלד פֿאַרשטעקן די פֿאַראײניקטע שטאַטן אין גאַרטל אַרײַן. אַ מעכטיקער כּוח אױף דער װעלטבינע, האָט כינע עטלעכע מקורים פֿון קאַפּיטאַל: די ריזיקע באַפֿעלקערונג, דער אינטעלעקטועלער דינאַמיזם, און דער עקאָנאָמישער װוּקס, וואָס אַלע שטעלן זיי מיט זיך פֿאָר בלױז עטלעכע פֿון די מעלות, װאָס זײַנען אפֿשר שױן באַקאַנט אַ צאָל „פֿאָרװערטס‟-לײענער צוליב די װידעאָ־רעפּאָרטאַזשן פֿון שמואל פּערלין.
ניט געקוקט אױף די ריזיקע מעלות, שטײט אָבער כינע אױך פֿאַר גרויסע שװעריקײטן, װאָס זי האָט, אין טײל פֿאַלן, בשותּפֿות מיט אַמעריקע. װי אַ דאָקטער, געקומען קײן בײדזשינג, צו פֿאַרברענגען אַ װאָך צײַט און האַלטן רעפֿעראַטן פֿאַר אינטערניסטן אין איינעם פֿון די פּרעסטיזשפֿולסטע שפּיטאָלן, געפֿין איך זיך אין אַ פּאָזיציע, וואָס גיט מיר די מעגלעכקייט אָפּצושאַצן די געזונט־סיסטעם פֿונעם לאַנד. אמת, אַז כינע קען שטאָלצירן, טײלווײַז, מיטן זעלבן ניװאָ פֿון טעכנישער פֿעיִקײט װי אין אַנדערע רײַכע לענדער. פֿאַראַן די זעלבע פֿאַרצװײַגטע נעץ לערן־אַנשטאַלטן, פֿאָרש-אינסטיטוציעס, און שפּיטעלער, װי בײַ אונדז אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. דאָרט, װוּהין איך פֿאָר הײַנט, געפֿינט זיך אײנער פֿון די רײַכסטע שפּיטעלער אין גאַנצן לאַנד. אַז מע װערט דאָרט אַרײַנגענומען צו לערנען זיך אױף דאָקטער, איז עס אַ סימן, אַז מע װעט װערן מיט דער צײַט אַ גוט-באַצאָלטער ספּעציאַליסט.
די כינעזער שטײען אָבער פֿאַר דער זעלבער פּראָבלעם װי די אַמעריקאַנער. בשעת די טעכניק און די פֿעיִקײטן שטײַגן, און די װיסנשאַפֿטלעכע חידושים מערן זיך, װי שװאָמען נאָך אַ רעגן, איז אַלץ ניט קלאָר, צי די װיסנשאַפֿט און די באַהאַנדלונג פֿון פּאַציענטן פּאָרן זיך אַזױ גוט, װי מע האָט געמײנט. בעסער געזאָגט, עס װערט אַלץ מער בולט, אַז ניט. אין אַמעריקע, טאַקע צוליב אַזעלכע װילד-שטײַגנדיקע הוצאות, און דעם נאָגנדיקן געפֿיל, אַז עפּעס איז ניט פֿױגלדיק מיט דער געזונט־סיסטעם, װערן הײַנט אײַנגעפֿירט, ניט אָן גרינע װערעם, ריזיקע ענדערונגען אין דער דאָזיקער געזונט-סיסטעם.
אינטערעסאַנט איז, אַז כינע האָט ענלעכע פּראָבלעמען. די צאָל אָרעמע-לײַט איז במילא אַלע מאָל אַ ריזיקע, צוליב דער קאָלאָסאַלער באַפֿעלקערונג; און די נאַציאָנאַלע רעגירונג זעט שױן אײַן, אַז די אָרעמע-לײַט װערן ניט גלײַך באַדינט פֿון דער געזונט-סיסטעם. מיט אַ פֿופֿצן יאָר צוריק, האָט כינע אײַנגעפֿירט אַ קאַמפּאַניע צו דערמוטיקן מעדיצין-סטודענטן, זײ זאָלן װערן אַלגעמײנע דאָקטױרים. נאָר די איניציאַטיװן זײַנען אַראַנזשירט פּונקט אַזױ קרום װי אין אַמעריקע: לטובֿת די טײַערע ספּעציאַליסטן, ניט די פּראָסטע דאָקטױרים. עס גײט אױך אין דעם, לױט דעם מעדיצין-סטודענט װאָס באַגלײט מיך דאָ, אַז כינע גיט אױס נאָר איין פּראָצענט פֿון אירע נאַציאָנאַלע הוצאות אױף געזונט; און די געזונט-מיניסטאָרשע איז די סאַמע מאַכטלאָזסטע צװישן אַלע 28 מיניסטאָרן אינעם פּרעמיער־קאַבינעט.
די אומגלײַכקײטן אין כינע און אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן זײַנען געקומען צו שטאַנד צוליב פֿאַרשידענע סיבות. כינע איז פֿון קדמונים אָן אַ לאַנד פֿון אומגלײַכקײט, צוליב די מאַסן פּױערים אין דאָרף און דער גבֿירישער אַריסטאָקראַטיע אין די שטעט. אַמעריקע איז אַנדערש: כאָטש װײניקער מענטשן זײַנען שטאַרק אָרעם װי אין די פֿריִערדיקע דורות, װערט די אומגלײַכקײט צװישן אָרעם און רײַך אַלץ שטאַרקער. נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה, האָט די מעדיצין זיך אַלץ מער קאָנצענטרירט אױפֿן אַקס פֿון װיסנשאַפֿט, לאַבאָראַטאָריע-פֿאָרשונג, און אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן, און אַלץ װײניקער — אױף טאָג־טעגלעכער דאָקטערײַ. װי איך האָב שוין דערמאָנט אין אַ פֿריִערדיקן אַרטיקל מיט אַ געזונט-עקאָנאָמיסט, גיבן מיר אױס מער און באַקומען װײניקער; מיר װערן ניט געזינטער, ניט געקוקט אױף די גרױסע געלטער, װאָס אונדזער סיסטעם צעטרענצלט.
די רעזולטאַטן זײַנען ענלעך אין בײדע לענדער: די פּאַציענטן װײַזן אָן, אין די אױספֿרעגן, װײניקער צוטרױ צו זײערע דאָקטױרים. די ספּעציפֿישע באַריערן צװישן חולה און געזונט-אַרבעטער זײַנען מן-הסתּם אַנדערש: ראַסן-אומגלײַכקײטן זײַנען געקניפּט און געבונדן מיט די געזונט-חסרונות פֿון אַמעריקע, בשעת דער ריס צװישן שטאָט און דאָרף וואַרפט זיך אין די אויגן מער אין כינע. די געפֿאַר אין בײדע פּלעצער איז ניט אַװעקצומאַכן מיט דער האַנט. אין כינע זײַנען לעצטנס אױסגעבראָכן מהומות אין אַ פּראָװינץ־שטאָט, װוּ אַ דאָקטער איז דערשטאָכן געװאָרן אױף טױט, צוליב אַן אומצופֿרידענעם פּאַציענט. דאָס האָט אַרױסגערופֿן שטורמישע דעמאָנסטראַציעס מצד די געזונט-אַרבעטער, װאָס האָבן מורא פֿאַר זײער לעבן.
כאָטש די אומרויִקײטן אין אַמעריקע זײַנען שטילער און מער געזעלשאַפֿטלעך װי רציחהדיק, איז די געפֿאַר בפֿירוש ניט קלענער. צוליב דעם האָבן פֿאָרשער אין די פֿאַרגאַנגענע יאָרצענדליקער זיך גענומען צו דער פּראָבלעם פֿון דער דאָקטאָר-פּאַציענט באַציִונג, און װי אַזױ מע קען זי פֿאַרבעסערן; דערמיט, אפֿשר, צו פֿאַרבעסערן דאָס געזונט און אַלע שיכטן אין לאַנד. אין כינע ווײַזט מען אויך אַרויס אַן אינטערעס צו אַזאַ פֿאָרשונג, װי אױך אין שאַפֿן אַלגעמײנע דאָקטױרים, װאָס זאָלן אָנריכטן די מעדיצין, פֿון דאָס נײַ, אױף די אינטערעסן פֿונעם פּאַציענט.
איך קוק אַרױס זיך צו באַקענען מיט מײַנע כינעזישע קאָלעגעס, און הערן בײַ זײ װאָס זײ טוען, כּדי מער כינעזער זאָלן געניסן פֿון געזונט, גליק און אַריכות-ימים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.